תורה מיט די פעלקער
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"א) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)
מיטן הילף פון באשעפער, ווילן מיר דא ריידן,
און דערציילן פון יענע פריידן.
פרייט זיך אלע, טאנצט און קוועלט,
עס קומט די תורה אויף דער וועלט.
דער באשעפער פון דער וועלט, דער גרויסע בורא,
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער, די הייליגע תורה.
פרייט זיך אלע, טאנצט און קוועלט,
אלע פעלקער פון דער וועלט.
דער באשעפער פרעגט, ביי די פעלקער אלע,
ווער וויל די תורה, פאר א כלה.
די פעלקער פרעגן, וואס און ווען,
מען וויל נישט הערן, מען וויל נישט זען.
און פארוואס און פאר ווען,
לאמיר זען וואס איז געשען.
איז א מלאך מיט די תורה, פון הימל אראפ,
גענומען פליען קיין יוראפ,
און קיין רוסלאנד, געקומען איז ער,
און פרעגט צו א בעלן איז ווער.
זאגט מען צו אים, כַארָאשָׁא,
זאגט אונז וואס, פַאזְשַׁאלַאסְטָא,
זאגט זיי דער מלאך, דעם ערשטן געבאט,
אנכי, איך בין אייער גאט.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
איר ווייסט נישט 'כאווער', וואו אהין צו גיין,
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין,
אזוי ווי ביי אונז איז שיין.
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
אפשר פרואווט קיין דייטשלאנד גיין,
אפשר וועט מען אייך פארשטיין.
איז דער מלאך געפלויגן, גלייך אהין,
און איז געקומען, קיין בערלין,
און די דייטשן, די תורה ווייזט ער,
און פרעגט, צו א בַּעְלָן איז ווער.
זאגן זיי, מיר זענען גרייט,
זאגן זיי די ווארהייט וואס דארט שטייט.
זאגט זיי דער מלאך, לא תרצח,
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
איר ווייסט נישט מיין הער וואו אהין צו גיין,
מיר האבן געלערנט ביים פאטער אליין,
אז טויטן דארף מען וואס מיין.
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
פילייכט פראבירן זי קיין פראנקרייך גיין,
פילייכט וועלן זיי עס פארשטיין.
איז דער מלאך געפלויגן ווייטער ביז,
ער איז געקומען, קיין פאריז.
די פראנצויזן, די תורה ווייזט ער,
און פרעגט צו א בַּעְלָן איז ווער.
זאגן זיי, סִיל וִוי פְּלֶעי,
זאגט אונז וואס און וויאזוי,
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין,
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
איר ווייסט נישט מיסיור, וואו אהין צו גיין,
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין,
אזוי ווי ביי אונז איז שיין.
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
אפשר פרואווט קיין ענגלאנד גיין,
אפשר וועט מען אייך פארשטיין.
איז דער מלאך געפלויגן ווייטער אין וועג,
קומט קיין לאנדאן, אויפן ברעג,
און די ענגלאנדער די תורה ווייזט ער,
און פרעגט צו א בַּעְלָן איז ווער.
זאגן זיי, טענק יו סיר,
ווייזט נאר איין געזעץ אהער.
זאגט זיי דער מלאך, לא תחמוד,
איר זאלט נישט גלוסטן וואס יענער האט.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
איר ווייסט נישט מיסטער, וואו אהין צו גיין,
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין,
אז גלוסטן דארף מען וואס מיין.
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
אפשר פרואווט קיין אמעריקע גיין,
אפשר וועט מען אייך פארשטיין.
איז דער מלאך געפלויגן ווייטער מיט זארג,
און איז געקומען קיין ניו יארק.
די אמעריקאנער, די תורה ווייזט ער,
און פרעגט צו א בַּעְלָן איז ווער.
זאגן זיי, טענק יו פיין,
וואספארא ביזנעס, וואספארא ליין.
זאגט זיי דער מלאך, הערט מיט קאפ,
כבוד, טאטע מאמע גיט אפ.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
מיר גיבן אפ כבוד, נאר דער יוגנט אליין.
פאר די עלטערע גענוג איז פאר זיי,
דער יום טוב "מאדער'ס דעי".
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
אפשר פרואווט צו די אראבער גיין,
אפשר וועט מען אייך פארשטיין.
איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין,
אין אזיע, אין עבר הירדן,
די אראבער, די תורה ווייזט ער,
און פרעגט צו א בַּעְלָן איז ווער.
זאגן זיי, גיט מַאפְסָוט,
ווייזט נאר פריער, וואס מען טוט.
זאגט זיי דער מלאך, לא תגנוב,
נישט גנב'ע און נישט בלאף.
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין,
איר ווייסט נישט כַאוַואדֶזְשָׁא, וואו אהין צו גיין,
מיר האבן געלערנט, ביי די טאטעס אליין,
אז גנב'ענען דארף מען וואס מיין.
ניין ניין, האלט עס אליין,
מיר האבן אן אנדער מיין.
אפשר פרואווט צו די אידן גיין,
אפשר וועט מען אייך פארשטיין.
אינמיטן וועג דער מלאך שטייט,
זעט ער א איד א משולח גייט,
דער טלית קטן, לאנג און ברייט,
האט ער זיך דערפרייט.
די תורה האט ער אים דערלאנגט,
און דער משולח האט באדאנקט.
ווארט נאר, זאגט ער, איילט זיך ניט,
איך גיב אייך א רעסיט.
קיין גלייכער פארל, האט איר ניט,
ווי די תורה מיט דעם איד,
ביידע זענען די בעסטע פריינט,
ווייל מען האט זיי ביידן פיינט.
אין איין בורא, גלויבט דער איד,
און קיין שלעכטס טון, קען ער ניט,
און כבוד טאטע-מאמע ער גיט,
און דער הייליגן שבת היט.
ווי דער מלאך האט עס דערהערט,
האט ער זיך צוריקגעקערט,
און געזאגט אויפן הימל דארט,
אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט.
