תורה מיין געליבטע טאכטער
Original Track
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ לְאָדָם קָדָמַיָא,
לֹא בַּעיָא, לֹא בַּעיָא, בְּגִין דְאָכַל מִן אָעֲיָא.
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמען ווילסטו חתונה האבן,
זאגזשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט אדם הראשון.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט אדם הראשון.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר מיר געפעלט ער ניט,
ווייל ער האט פון דיין געבאט פארגעסן.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר אים וויל איך ניט,
ווייל ער האט פון דעם עץ הדעת געגעסן.
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ לְנֹחַ צַדִיקַיָא,
לֹא בַּעְיָא, לֹא בַּעְיָא, בְּגִין דָשָׁתָה מִן חָמְרַיָא.
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמען ווילסטו חתונה האבן,
זאגזשע מיר, וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט נח הצדיק.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט נח הצדיק.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר מיר געפעלט ער ניט,
איך וועל קיינמאל זיין כלה נישט זיין.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר אים וויל איך ניט,
ווייל ער האט געטרונקען מער אביסעלע וויין.
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ לְאַבְרָהָם רְחִימַיָא,
לֹא בַּעיָא, לֹא בַּעיָא, בְּגִין דְשָׁאַל בְּמָה אֶדְעַיָא.
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן,
זאג'זשע מיר, וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט אברהם מיין געליבטער.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’האב געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט אברהם מיין געליבטער.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר מיר געפעלט ער ניט,
איך וועל קיינמאל נישט זיין זיין כלה.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר אים וויל איך ניט,
ווייל ער האט געפרעגט א שאלה.
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ לְיִצְחָק עַקֵידְתַּיָא,
לֹא בַּעיָא, לֹא בַּעיָא, בְּגִין דְרָחִים מְשַׂנְאַיָא.
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן,
זאג'זשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט יצחק בעל עקידה.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט יצחק בעל עקידה.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר מיר געפעלט ער ניט,
ווייל ער האט ליב געהאט דיין שונא.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר אים וויל איך ניט,
ווייל ער האט ליב געהאט עשו’ניו.
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ לְיַעֲקֹב תְּמִימַיָא,
לֹא בַּעיָא, לֹא בַּעיָא, בְּגִין דְנָסֵיב אַחְתַיָא.
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן,
זאגז'שע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט יעקב איש תם.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט יעקב איש תם.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר מיר געפעלט ער ניט,
ער איז ביי מיר נאכנישט דער בעסטער.
דער שידוך איז טאקע גוט, נאר איך וויל אים ניט,
ווייל ער האט גענומען צוויי שוועסטער.
אוֹרַיְיתָא בְּרַתַּיָא, לְמַאן בָּעִית לְמֶהֱוַיָא,
לְמַאן בָּעִית לְמֵהֱוַיָא,
אַנָא בַּעיָא, אַנָא בַּעיָא, לְמֶיְהַב לְךָ
לְמֹשֶׁה רַעֲיָא מְהֵימְנְא,
הֵן בַּעְיָא, הֵן בַּעְיָא, בְּגִין דְלָא יָנַק מִנָכְרַיָא..
תורה, מיין געליבטע טאכטער,
מיט וועמענ'זשע ווילסטו חתונה האבן,
זאג'זשע מיר וועל איך אים דיר אויסקלויבן.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט משה רעיא מהימנא.
איך וועל דיר זאגן באלד,
מיט וועמען כ’וואלט געוואלט,
חתונה מאכן דיך מיט משה רעיא מהימנא.
דער שידוך געפעלט מיר טאקע,
און אים וויל איך טאקע,
ווייל ער האט קיינמאל קיין טעם מיתה
נישט טועם געווען,
דער שידוך געפעלט מיר טאקע,
און אים וויל איך טאקע,
ווייל ער האט קיינמאל קיין טעם מיתה נישט טועם געווען.
