א כפרה
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
קומט א אידל צו דער רבי און ער זאגט,
איך וויל אייך באדינען אלס משרת,
אזוי וועל איך לערנען וויאזוי מ’שלאגט,
וויאזוי דער רבי שלאגט כפרות.
רבי, כ’האב איין איינציגע מטרה,
אויך פאר מיר צו האבן א כפרה,
א כפרה, א כפרה, א כפרה, א כפרה.
מיין חסיד, לאז צורו,
זאגט דער רבי אזוי איידל,
איך האב פאר דיר אן עצה א קלארע,
לויף אין דערפל צו,
אין קרעטשמע פון ר’ זיידל,
און זע וויאזוי ער שלאגט זיך זיין כפרה.
דער חסיד גייט פארטראכט,
אז דער רבי הייסט אים לויפן,
איז נישט דא א ספק די קלענסטע,
און פונקט אינמיטן די נאכט,
קומט ער בראנפן קויפן,
באהאלט זיך אין א זייט נעבן פענסטער.
צו זען דעם,
זה חליפתי, זה תמורתי, זה כפרתי,
זה חליפתי, זה תמורתי, זה כפרתי,
זה חליפתי, אוי אוי אוי, זה כפרתי.
ער זעט ווי ר’ זיידעלע,
ער נעמט ארויס צוויי ביכער,
פון אויגן עס גיסט אים א גאָס,
איך דארף שוין שלאגן יעצט כפרות וואס גיכער,
שוין ערב יום כיפורים נאך עלות.
באשעפער, כ’האב איין איינציגע מטרה,
איך זאל שוין האבן א כפרה,
א כפרה, א כפרה, א כפרה, א כפרה.
צוויי ביכער האט,
עבירות יסורים,
די פיל עבירות הייבט אים אן צו שרעקן.
דו ביסט דער איינציג גאט,
זע מיינע חיבורים,
נאר דו קענסט ביידע אפמעקן.
איך האב געזינדיגט ניסן,
אייר, סיון, תמוז,
אב, אלול מעק אויך אויס, מחה,
מ’האט דאך מיך געשמיסן,
פון צאפן בלוט א ים איז,
דאס שטייט דאך אין די ביכל נומער צוויי.
פאר אלע מיינע זינדן,
און מיינע עוונותלעך,
תשובה טון צו דיר אזוי-איכ'על,
פיל צרות מיר געשינדן,
מוחל זיין דיר שוין-וועל-איך,
טאטע, זיי מיר אויך מוחל.
זה חליפתי,
אוי אוי אוי, זה תמורתי, אוי אוי אוי, זה כפרתי,
אוי אוי אוי, זה חליפתי, אוי אוי אוי, זה תמורתי,
אוי אוי אוי, זה כפרתי, אוי אוי אוי, זה חליפתי,
אוי אוי אוי, זה כפרתי.
מיר לעבן היינט אין א דור אזוי פינסטער,
בעיקבתא דמשיחא,
מער ווי דו פארלאנגסט פון אים,
ער ארבעט אן אומזינסטער,
דער יצר הרע לאזט אונז נישט מנוחה.
באשעפער, נאר איין איינציגע מטרה,
דער יצר זאל שוין זיין אונזער כפרה,
דער כפרה, דער כפרה, א כפרה, אלס כפרה.
צו זיך אליין ער ברומט,
איך שרייב מיינע חיבורים,
פיר און צוואנציג שעה אן א פריי טאג,
און ער אליין באשטימט,
יעדעם זיין יסורים,
ער ברענגט פיל צער און ווייטאג.
ביי אים וואס הייסט געווינען,
צעברעכן ווי א שארבן,
דער זינד זאל ברענגען פיל שרעק,
מ’קען אבער געווינען,
אויך נאך זיך פארדארבן,
אז מ’איז נישט צעבראכן לויפט ער אוועק.
אין איין בוך ער שרייבט,
די קליענטן ווער זיי זענען,
אין צווייטן בוך,
פארשרייבט ער זיי צום שלעכטן.
באשעפער, ס’איז שוין צייט,
ביידע ביכלעך צו פארברענען,
און אים אלס א כפרה זאל מען שעכטן.
א יעדער אידיש פונק,
וועט פלאמען אין עזרה,
ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט,
צו טון א מצוה איז גרינג,
איך תאוה צום גמרא,
מ’וועט זינגען שבת אחים גם יחד.
זה חליפתנו, אוי אוי אוי, זה תמורתנו, אוי אוי אוי,
זה כפרתנו, אוי אוי אוי, זה חליפתנו, אוי אוי אוי,
זה היצר הרע ילך למיתה ואנחנו נכנס ונלך,
לחיים טובים ארוכים ולשלום.
