Download PDF

דער טאטע הערט

מיכאל שניצלער

Original Track

דער טאטע הערטמיכאל שניצלער9:10

Cover Tracks

S0095 - דער טאטע הערט - מיכאל שניצלער8:16

די שול איז אנגעפילט, ווייס איינגעהילט,
דער ציבור, בעט זיך איבער,
מיטן קל שקי,
יעדער ביי זיין מחזור'ל, מיטן תפילת זכאי.

אלע טליתים ווייס, אלע אויגן נאס,
מיט א פרישע, קדושה,
יעדער לייכט,
יום כיפור, די הייליגסטע נאכט.

מען ווארט אויף יוסל'ען דעם חזן,
ער האט זיך נאכנישט געטון באווייזן,
מען הערט באלד, עס ווערט באלד,
א רודעריי,
ווען קומט ער שוין זאגן כל נדרי.

פלוצלינג לויפט ער געאיילט,
אריין מיט א בלאסן געשטאלט,
פארן בלעמער, ביי א זיץ דארט,
בלייבט ער שטייעדיג,
די איינציגסטע זיץ וואס איז ליידיג.

דער טויבער, ר' סענדר,
דארט פלעג ער זיצן מיט זיין שטענדער,
דעם חזן האט ער אנגעקוקט,
ווי גלייך ער וואלט געהערט יעדעס ווארט,
און זיך דערקוויקט.

מיט א שמייכעלע, א ברייטער,
געשאקלט מיטן קאפ,
ווי גלייך יעדעס ווארט פארשטייט ער,
ביים ענדע איז שוין באהאוונט,
פלעג ער צוגיין צו דעם חזן,
איר האט זייער שיין געדאוונט.

דער חזן, שטייט דארט,
קוקט אויף דעם פלאץ, און רעדט נישט קיין ווארט,
צוגעגאנגען, גלייך איז ער,
און נעמט ארויס פון שטענדער ר' סענדרל'ס מחזור.
ער שטייט דארט, איינגעבויגן,
טרערן גיסן פון זיינע אויגן,
עס ווערט שפעט, די שעה'ן,
ענדליך דרייט ער זיך אויס, און הייבט שוין אן.

על דעת המקום, ועל דעת הקהל,
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה,
אנו מתירין להתפלל.

און א טרער אויפן פנים ליגט אים,
ער זאגט ווייטער, דאס קול ווערט אבער נקטם,
עס גייט נישט מער, דאס הארץ דריקט אים,
די טרערן שטיקט אים.

אוי אוי,
דער רבי פרעגט אים, דעם סיפור,
יאסל, וואס איז אנדערש דעם יום כיפור.
אוי רבי, געט ער א כליפע,
אויב איך מעג יעצט וויילן,
וועל איך יעצט אלעס פארציילן.

ר' סענדר'ל, אין אויערל מיט זיין וואטע,
ער איז גאר געווען מיין טאטע,
געשמייכלט תמיד, צו מיר צום עמוד,
מיט פריידעניש,
כאטש געהערט, האט ער קיינמאל ליידער נישט.

ליידער היינט, ממש נישט גלייביג,
האט ער פארמאכט זיינע אויגן אויף אייביג,
פונאנדערגעשיידן, שוין אין גן עדן,
טוט ער פראווענען,
אוי, דאס ערשטע מאל היינט,
וואס מיין טאטע, הערט מיך דאווענען.

אוי, טאטע טאטע,
דו האסט געקוועלט בישיבה של מטה,
כל שכן, נישט קיין שאלה,
אז דו הערסט מיך דאווענען דארט,
בישיבה של מעלה.

מיין קינד, מיין קינד,
איך הער דיך דאווענען יעצט אצינד,
דאוון ווייטער מלא חן,
ווייל יעצט ווייס איך שוין אליין,
אז דו דאוונסט זייער שיין.

יאסעלע, אוי יאסעלע,
דו האסט געעפנט א טויערל, א שלאסעלע,
ביים טאטן, אין הימל,
וואס הערט אונז אויס אייביג, נישט נאר די מאל.

דאוון ווייטער, בְּהַאי גַוְונִין,
אלע מלאכים וועלן מיט דיר מיטדאווענען,
זיי ווארטן שוין, מיט צמאון,
דריי דיך נאכאמאל אויס,
און מיט מיר צוזאם הייב אן.

על דעת המקום, ועל דעת הקהל,
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה,
אנו מתירין להתפלל.

אוי! כָּל נִדְרֵי וֶאֱסָרֵי וּשְׁבוּעֵי,
דְנְדַרְנָא וְדָאָסַרְנָא, עַל נַפְשְׁתָנָא,
מיום כיפורים זה, עד יום כיפורים הבא,
הבא עלינו לטובה.

אוי טאטע, אוי טאטע,
דו ווייסט דאך וואס טוט זיך דא, בישיבה של מטה,
אוי רחמים, שאלי,
נעם ארויף אונזערע טרערן דארט, בישיבה של מעלה.

מיין קינד, ישראל,
איך הער דיך דאווענען אלעמאל,
דאוון ווייטער, מלא חן,
ווייל דו ווייסט דאך אליין,
אז דו דאוונסט אזוי שיין.
יתגדל ויתקדש, שמיה רבא, אמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection