Download PDF

הבן יקיר (פארוואס וויינסטו)

Original Track

הבן יקיר (פארוואס וויינסטו)5:39

Cover Tracks

S0096 - הבן יקיר (פארוואס וויינסטו) (3)3:21

מחבר: הרה"ק ר' מאיר בן הקדושת לוי זצ"ל | לעילא ולעילא (תשס"ד)

האט דער טאטע מיר אמאל פארציילט,
האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט.

אז ס'איז געווען אמאל א אידענע, א אידענע,
וואס האט זייער ביטערליך געוויינט,
האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואס'זשע וויינסטו, פארוואס'זשע וויינסטו.

האט די מאמע געענטפערט,
ווייל מיין קאפ טוט מיר זייער וויי,
זייער וויי, זייער וויי.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואס'זשע וויינסטו, פארוואס'זשע וויינסטו.

אז דו וועסט וויינען,
וועט דיין קאפ נאך סאך מער וויי טון,
נאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון.

האט די מאמע געפרעגט פון טאטן,
וויאזוי זאל איך נישט וויינען,
וויאזוי זאל איך נישט וויינען.

אז איך ווייס אז עס קומט אזא פארכטיגע יום הדין,
א יום הדין, א יום הדין,
און איך האב אזא טייער קינד,
מיין טייער קינד,
ווער ווייסט צי ער וועט זוכה בדין זיין.

האט דער טאטע געזאגט צו די מאמע,
נאר נישט וויינען, נאר נישט וויינען,
ווייל דו ווייסט דאך אז דו האסט אזא טייער קינד,
אזא טייער קינד,
ער וועט זיכער זוכה בדין זיין,
שטייט הֲבֵּן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם, אִם יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection