זכרנו לחיים
Original Track
ווען עס קומען אן די צען פארכטיגע טעג,
עשרת ימי תשובה,
האט יעדער איד בלויז איין זאך אין זיין מחשבה.
זָכְרֵנוּ לְחַיִים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִים,
וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִים.
גאט זאל אונז געדענקען,
דעם לעבן צו שענקען,
צו דעם יאר דעם נייעם.
אֵין צַדִיק בָּאָרֶץ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה טוֹב וְלֹא יֶחֱטָא,
דאס ווייסט דער איד.
נישטא קיין מענטש אויף דער וועלט,
אפילו א צדיק, וואס זינדיגט ניט.
און ער בעט, ביים רבונו של עולם,
סלח לנו, מחל, לנו, כפר לנו.
זָכְרֵנוּ לְחַיִים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִים,
וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִים.
גאט זאל אונז געדענקען,
דעם לעבן צו שענקען,
צו דעם יאר דעם נייעם.
און אט איז ערב יום כיפור,
כאפט א האן, שלאגט כפרות,
לאזט צו אים אויס אלע צרות,
יוֹשְׁבֵי חוֹשֶׁךְ וְצַלְמָוֶת,
לויפט אין שול און טיילט נדבות,
און ער בעט.
זָכְרֵנוּ לְחַיִים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִים,
וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִים.
גאט זאל אונז געדענקען,
דעם לעבן צו שענקען,
צו דעם יאר דעם נייעם.
א גאנצן טאג, געפאסט און געקלאגט,
און אלע תפילות געזאגט.
געבעטן סליחה, מחילה,
עס האלט שוין ביי נעילה.
ווערט אויפן הארצן, אביסעלע גרינגער,
און אלע אידן ווערן זינגער.
אוי אוי אוי…
זָכְרֵנוּ לְחַיִים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִים,
וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִים.
גאט זאל אונז געדענקען,
דעם לעבן צו שענקען,
צו דעם יאר דעם נייעם.
לשנה הבאה, לשנה הבאה, בירושלים.
