Download PDF

כל נדרי

יום טוב עהרליך

Original Track

כל נדרייום טוב עהרליך5:38

מילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ב) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)

די זון איז פארגאנגען, אראפ אין א פלאם,
אויף כוואליעס די שטראלן צעגאסן.
עס פארט א געפאנצערטע שיף אויפן ים,
מיט רוסישע קריגס מאטראזן.

דער שיפ'ס קאפיטאן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק,
און האלט א לארנעטע א קליינע.
און פלוצלינג דערזעט ער א הערליכן ברעג,
און אויף אים א שטאט גאר א שיינע.

אדעס הייסט די שטאט, אירע לאמפן ביים פּארט,
גלאנצן ווי דיימאנטס פון ווייטן,
און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט,
פון אלטע פארגעסענע צייטן.

עס דערמאנט אים דער ניגון זכרונות אסאך,
פון יארן מיט פיל פארגעניגן,
נישט 'בֶּעטְהָאוֶוען', 'מָאצַארְט',
נישט 'וַואגְנֶער', נישט 'בַּאךְ',
ס'איז עפעס אן אנדער מין ניגון.

עס ציט אים דער ניגון אין שטאט אריין דארט,
ער קען זיך קיין ארט נישט געפינען,
ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פּארט,
און ער לויפט אויפן ברעג ווי אן זינען.

ער לויפט אין די גאסן אריין און ארויס,
דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער,
און וואס מער ער הערט עס,
זיין הארץ גייט אים אויס,
די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער.

עס ציט אים דער ניגון ארויס פון דער שטאט,
ביי פינסטערע הויכע פאבריקן,
און אין א קליינינקער געסל, עס האט,
זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון.

און פלוצלינג דערזעט ער, עס גייט ביי א וואנט,
אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן,
א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט,
א טיכל אריבער די אויגן.

מוטערל, זאגט ער, א ניגון איך הער,
און איך קען מיר קיין ארט נישט געפינען,
עס ציט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער,
איך פיל אז איך ריר זיך פון זינען.

זאגט אים די אלטע, דיין פנים זאגט אויס,
אז דו ביסט א איד און דעריבער,
איז ביי דיר היינט דאס די בענקעניש גרויס,
ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור.

די נאכט פון יום כיפור, גיט ער א געשריי,
איך זע מיינע קינדערשע יארן,
און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי,
עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון.

א דאנק, זאגט די אלטע, דער וואס האט דיר געשיקט,
פונקט אין דער צייט העלפט ער תמיד,
מען האט ביי אונז אלע בעלי תפילות פארשיקט,
נישט דא ווער זאל צוגיין צום עמוד.

ער קומט אין א הויפל פארשטעקט אין פיר ווענט,
נאס דורכגעווייקטע פון טרערן.
עס שטייען פיל מענטשן, ער קוקט און דערקענט,
פיל הויכע ארמיי אפיצערן.

אין קליינינקן שול'כן עס ברענען פיל ליכט,
א טלית האט מען אים צוגעטראגן.
ער דריקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט,
און הייבט אן פאמעלאך צו זאגן.

'בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה וּבִישִׁיבָה שֶׁל מַטָה,
אָנוּ מַתִּירִים לְהִתְפַּלֵל עִם הָעֲבַרְיָינִים',
און פון זיינע אויגן, א טרער נאך א טרער,
עס פאלן אריבער זיין פנים.

אינדרויסן צעשפרייט ליגט א פינסטערע נאכט,
א רעגנדל הייבט אן צו פאלן.
אומזיסט שטייט די שיף דארט אין ים און זי וואכט,
אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן.

דער שיין פון פראדזשעקטערס עס זוכט אויפן ברעג,
עס זוכט אויך צווישן די שטערן.
דער שיפ'ס קאפיטאן איז פיל העכער אוועק,
און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן.

ער שטייט ביי דעם עמוד געבויגן די קאפ,
און קען נישט איינהאלטן די טרערן,
ביים זייט שטייט דער טאטע פון הימל אראפ,
געקומען כל נדרי צו הערן.

נאר ווער קען דען זאגן אז די הארץ איז פול,
און שיער וואס עס פלאצט נישט דער מח.
ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שול,
און הייבט אן צו שרייען מיט כח.

מענטשן! צי ווייסט איר וואס איז געשען דא,
שרעקליכע הייליגע זאכן,
צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה,
און אזוי גליקלאך צו מאכן.

אידן, איך האב היינט געפונען מיין גליק,
מען האט מיך פון זומפ אויפגעהויבן,
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק,
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן.

א ניגון געזוכט און געפונען צוריק,
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection