Download PDF

מאמע'ס הארץ

יום טוב עהרליך

Original Track

מאמע'ס הארץיום טוב עהרליך7:28

Cover Tracks

S0102 - מאמע'ס הארץ - יום טוב עהרליך8:26

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשל"ג) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)

ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט,
ביים טיר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן.
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער גרייט,
א פדיון נפש צו געבן.

דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דעם יאר,
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם.
ער לאזט נישט אראפ, א רובל א קאפ,
מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם.

א זקן גאר אלט, אפילו א קינד,
א רובל מוז יעדערער געבן,
דער רבי וועט באלד, אפווישן די זינד,
פארשרייבן אין ספר פון לעבן.

א פחד א שרעק, די היינטיגע טעג,
די גרויסע הוצאות אצינדער,
אוי, וויאזוי קען אזא זאך צו טאן,
משפחה פון צען, צוועלף קינדער.

נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט,
קיינער וועט אים נישט אפזאגן.
מען קרעכצט און מען זארגט,
מען לייט און מען בארגט,
מען ברענגט צו דעם רבי'ן צו טראגן.

ביים טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט,
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן,
א שיסל געשטעלט, איז פול שוין מיט געלט,
א רשימה ליגט פון אלע אידן.

עס עפנט זיך די טיר, א פרוי שטייט אין איר,
ארעם אזוי אפגעריסן.
געקומען אצינד, מיט איר פיצעלע קינד,
און וויל אז דער רבי זאל וויסן.

אן אלמנה אליין, און דאס קינד איז נאך קליין,
שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען.
דער לעבן איז שווער, זי האט דאך נישט מער,
ווי א רובל פאר ביידן צוזאמען.

א פחד, א שרעק, די פרוי פאלט אוועק,
דער רבי וויל פון גארנישט וויסן.
נאך א רובל מען דארף, גיי, זאגט ער שארף,
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן.

זי לויפט און זי שרייט, גיט אדער לייט,
דער עולם עס העלפט איר ארויס גערן.
פון גראשנס נישט מער, איז דאך אבער שווער,
א רובל עס זאל פון דעם ווערן.

די גאסן שוין פול, מען גייט שוין אין שול,
אלעס האט זי אפגעלאזן.
זי לויפט מיט איר קינד, צום רבי'ן געשווינד,
די טיר זאל נאכנישט זיין פארשלאסן.

עס איז שוין באלד נאכט, דער רבי ער ווארט,
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן.
די רביצין שרייט געוואלד, דאס עסן ווערט קאלט,
מען וועט באלד נישט טארן שוין עסן.

עס עפנט זיך די טיר, עס בלייבט שטיין אין איר,
די פרוי מיט צעשראקענע בליקן,
רבי, גלויבט מיר, כ'האב געזוכט אן א שיעור,
קיין רובל האב איך נישט געקריגן.

דער רבי זאגט ניין, אזוי קען נישט גיין,
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן.
דיין קליינטשיגן קינד, האט נישט קיין זינד,
ניש'קשה, עס מעג איבערבלייבן.

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק,
נישט זיין מיט איר ברעקל צוזאמען.
זי שרייט, רבי, ניין, מיט א גרויסן געוויין,
איר פילט נישט די הארץ פון א מאמען.

איר ווייסט, רבי, הערט, וואס איך האב באקלערט,
דעם רובל וועל איך אייך דא געבן,
און נעמט גלייך געשווינד, שרייבט אריין מיין קינד,
פאר מיר, איז שוין אלץ איינס מיין לעבן.

דער רבי שפרינגט אויף, די קאפ אויף ארויף,
פאר די רייד געטון האט ער ווארטן.
באשעפער, נאר הער, מען דארף שוין נישט מער,
עס איז שוין נישט דא וואס צו טראכטן.

האסט געזען אצינד, ווי א מאמע פאר איר קינד,
האט איר לעבן געגעבן אצינדער.
דיין פאלק איז דיין קינד, בעט איך דיר אצינד,
האב רחמנות ווי אן אלמנה אויף אירע קינדער.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection