שופר
מאטי אילאוויטש
Original Track
ס'איז ערב ראש השנה, מ'שפירט דעם הייליגקייט,
דער מנחת אלעזר זיצט אין צימער פארטראכט,
זיין מחזור, זיין שופר, אויפן טיש שוין גרייט,
די לעצטע ראש השנה אויף די וועלט פארבראכט.
זיין קליין אייניקל הערשעלע, אריין צום זיידן טרעט,
זיין בליק פאלט צום שופר אויפן טיש,
זיידע, איך וויל דאס הערן; בלאז פאר מיר, ער בעט,
אבער דער צדיק ענטפערט, היינט בלאזט מען נישט.
שעפעלע, ניין, ער גיט צו פארשטיין,
לייג דעם שופר'ל אראפ,
מען בלאזט טאקע אגאנצן חודש,
אבער היינט מען שטעלט זיך אפ.
ער איז מסביר דעם תינוק,
אזוי איז דער מנהג,
ערב ראש השנה איז מען שטיל,
ווייל צעמישן דעם שלעכטן שטן מען וויל.
אבער הערשעלע וויינט,
פארשטייט נישט וואס ס'מיינט,
איין תקיעה'לע בלאז,
איך וויל נישט ווארטן ביז מארגן,
זיידע, פארוואס ווילסטו נישט יעצט, פארוואס.
מיט רחמנות פארשוועמט,
דער צדיק נעמט,
דעם שופר לייגט ער צום מויל,
וְכָל הָעָם רוֹאִים אֶת הַקוֹל.
תקיעה, תרועה, אוי שברים,
די קולות ברעכן אויף אלע שערים,
די שברים צעבראכן, צעהאקט איז די תרועה,
אן אמת'ע קול פון בכיה.
ער שטייט דארט מיטן שופר,
ער בלאזט און בלאזט און בלאזט,
די טרערן פון זיינע אויגן קען אנפילן א גלאז,
דאס קינד ווערט בארואיגט, פון צימער גייט ארויס,
דער צדיק זיינע הענט שפרייט ער אויס.
טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך,
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג,
זיי מיר מוחל, איך בעט-דיך.
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר,
כ'האב עס באמת נישט געמיינט,
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן,
אז ס'איז נאכנישט די צייט.
דיינע קינדער וויינען,
וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט.
תקע בשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערן באשיינט,
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
אבינו אב הרחמן, המרחם רחם,
וויאזוי האלטסטו אויס דעם געשריי,
קיין איין טאטע קען נישט זען ביי זיך אינדערהיים,
ווי זיין קינד וויינט און עפעס טוט וויי.
קוק ווי הויך מ'וויינט ביי דיר,
זיך אוועקדרייען דו טארסט-נישט,
טאטעניו, דיין טיר פארמאך נישט.
יעדן איינציג טאג, וואס מיטן שופר דו בלאזט-נישט,
דער שטן ווערט רואיג, מיר ווערן צעמישט.
צעבראכן און ארעם, פונקט ווי שברים,
מיט אונזער אטעם דעם לעצט.
לְבָבוֹת נִשְׁבָּרוֹת, פון אזויפיל צרות,
צעבראכן און צעזעצט.
מחלות, פראבלעמען, כל מיני נעמען,
עס גיסט א ים פון טרערן,
וויפיל מעג מען דען דעם קול פון שברים הערן.
מען זוכט רפואות, מען שרייט תרועות,
צעהאקט אויף פיצלעך צעשניטן.
חולי ישראל, תרועות אין שפיטאל,
קליינע קינדער וואס בלוטן.
דער פלאגט זיך מיט קינדער,
דער בעט פון-דיר,
לְשׂוֹבַע וְלֹא לְרָזוֹן,
וויפיל שברים און תרועות איז דער שיעור צו בלאזן.
אוי תקיעה, תרועה, אוי שברים,
די קולות ברעכן אויף אלע שערים.
מיר ווארטן צו הערן די איינע תקיעה,
דעם אמת'ן קול פון ישועה.
שטיי דארט מיטן שופר,
און בלאז און בלאז און בלאז,
טו עס פאר דיינע קינדער,
און פרעג שוין נישט פארוואס,
די שטערקסטע תקיעה, פון אלע תקיעות גדולות,
וְכָל הָעָם רוֹאִים אֶת הַקוֹלוֹת.
טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך,
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג,
זיי מיר מוחל, איך בעט-דיך.
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר,
כ'האב עס באמת נישט געמיינט,
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן,
אז ס'איז נאכנישט די צייט.
דיינע קינדער וויינען,
וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט.
תקע בשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט,
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.
