אין בית המקדש
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | שמחת בית השואבה (תש"ס)
די גמרא פארציילט אונז, ווי שיין ס'האט אויסגעזען,
די הייליגע שטאט ירושלים,
שמחת בית השואבה, וויאזוי איז געווען,
בזמן שבית המקדש היה קיים.
אוי באשעפער, אוי טאטע, דאס הארץ בענקט,
אַשְׁרֵי עַיִן רָאֲתָה.
טאטעס, אויך זייערע קינדער געברענגט,
און חסידים ואנשי מעשה.
צוויי מנורות, די הויך פופציג אמות,
געבויט אויף די שענסטע אופנים.
די קנויטעלעך געווען געפלאכטן צונאזאם איז,
פון די גארטלען פון די כהנים.
כהנים זענען ארויפגעלאפן אויפן לייטער,
מיט אויל קריגלעך דרייסיג לוג.
יעדע קנויט האט געצונדן א צווייטער,
מיט קדושה מיט שמחה און גליק.
די מנורה האט אנגעהויבן ברענען אויף ארויף,
אלע הערצער געווארן אויפגעראכטן.
אין גאנץ ירושלים איז נישט געוועזן קיין הויף,
וואס איז נישט געווארן באלאכטן.
חֲסִידִים וְאַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה הָיוּ מְרַקְדִים לִפְנֵיהֶם,
ווי גרויס ס'איז געווען דער כבוד שמים.
וַאֲבוּקוֹת שֶׁל אוֹר שֶׁבְּיְדֵיהֶם,
האט באלאכטן גאנץ ירושלים.
אוי באשעפער, אוי טאטע, דאס הארץ בענקט,
אשרי עין ראתה.
טאטעס, אויך זייערע קינדערלעך געברענגט,
און חסידים ואנשי מעשה.
די לויים זענען געשטאנען אויף פופצן שטיגן,
לְהוֹדוֹת לְהַלֵל וּלְקַלֵס.
מיט זייערע פידלעך, מיט א שיינעם ניגון,
געזונגען די פופצן שיר המעלות.
צדיקים האבן געטאנצט מיט די שכינה, מיט געפיל,
אלע אידן, כּוּלָם מִסְתַּכְּלִים.
דער הייליגער תנא רבי שמעון בן גמליאל,
האט געטאנצט מיט אכט ברענעדיגע פאקלען.
הלל האט געזאגט, אִם אֲנִי כַּאן הַכֹּל כַּאן,
ווען אידן טוען תשובה מיט אמונה,
זאגט דער באשעפער, איך וויל מיט זיי זיין,
עס פרייט זיך מיט זיי די שכינה.
חֲסִידִים וְאַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה הָיוּ מְרַקְדִים לִפְנֵיהֶם,
ווי גרויס ס'איז געווען דער כבוד שמים.
וַאֲבוּקוֹת שֶׁל אוֹר שֶׁבְּיְדֵיהֶם,
האט באלאכטן גאנץ ירושלים.
טאטע טאטע, מיר ווארטן שוין אזוי לאנג,
דאס צו זען נאכאמאל,
חֲסִידִים וְאַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה וועלן טאנצן מיט געזאנג,
וְתִפְאֶרֶת בֵּית יִשְׂרָאֵל.
בעטן מיר אֱלֹקֵינוּ וֶאֱלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ,
יְכוֹנֵן אֶת בֵּית חַיֵינוּ,
וְהָשֵׁיב אֶת שְׁכִינָתוֹ בְּתוֹכֵנוּ,
בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ.
