סוכה'לע
Original Track
סוכה'לע5:48
א סוכה'לע א קליינע,
מיט ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט אביסעלע סכך,
זיץ איך מיר אין סוכה'לע ביינאכט.
א ווינט א קאלטן,
בלאזט דורך די שפאלטן,
און די לעכטעלעך זיי לעשן זיך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווי איך מאך מיר קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
זיי נישט קיין נאר,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט זיין באנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע, זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
הָרַחֲמָן הוּא יָקִים לָנוּ,
אֶת סוּכַּת דָוִד הַנוֹפָלֶת.
