Download PDF

באלייכט אלע וועלטן

הערשי וויינבערגער

Original Track

באלייכט אלע וועלטןהערשי וויינבערגער5:35

אין די שטאט לובלין, וואוינט א איד,
וואס מאכט פאר זיינע אידישע ברידער ענג.
אין די שטאט לובלין, די אידן ווייסן נישט וואס צו טון,
זיי גייען צום הייליגן חוזה און אים מען פרעגט.

דער חוזה פון לובלין, אין קוויטל ער קוקט אהין,
ער זאגט איך זע א אור אויף אט דעם איד, אויף זיין געזיכט.
די אידן פארשטייען נישט פשט,
ביז זיי הערן אז אין די צייט,
האט ער געצונדן די הייליגע חנוכה ליכט.

ווען א איד צינדט חנוכה לעכט,
באלייכט ער אלע וועלטן,
באלייכט ער אלע וועלטן,
ער שיינט און ער שיינט.

צום פענסטער איך קוק אהין,
אין די זייט א טאכטער, א זון,
איך הייב אן ברוך אתה השם.
נישט קיין סאך כוונות אינזין,
מיט א פשטות מתפלל איך בין,
די לעכטעלע זאל אויפשיינען מיין היים.

אין הימל א רעש עס ווערט,
גזירות ווערן צושטערט,
וואס דיין לעכטעלע האט אלץ אויפגעטון.
די גאנצע היכל באלייכט,
אזויפיל טויערן אויפגעמאכט,
ווי עס האט אונז געזאגט דער הייליגער חוזה פון לובלין.

ווען א איד צינדט חנוכה לעכט,
באלייכט ער אלע וועלטן,
באלייכט ער אלע וועלטן,
ער שיינט און ער שיינט.

נישט קיין חילוק ווער דו ביסט,
וואס דו ביסט, וואו דו ביסט,
דו נעמסט דיין לעכטעלע אין האנט,
און דו מאכסט דעם ברוך אתה ה׳ אלוקינו מלך העולם להדליק נר של חנוכה,
אויבן אין הימל גייט עס ארויף,
און ס׳מאכט א רושם.

ווען א איד צינדט חנוכה לעכט,
באלייכט ער אלע וועלטן,
באלייכט ער אלע וועלטן,
ער שיינט און ער שיינט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection