אייזיק פיש כאפער
יוסף משה כהנא
Original Track
אין א שיינעם זומער טאג, די זון עס שיינט,
שפאצירט זיך א גביר, זייער עלעגאנט.
נעבן וואסער זעט ער, ווי עס זיצט זיך אנגעלאנט,
דער פיש-כאפער ר' אייזיק, מיט א ספר אין די האנט.
שלום עליכם ר' אייזיק, וואס הערט זיך עפעס נייעס.
עליכם השלום, פארקנייטשט די משניות.
געווען א פיינע טאג, ברוך השם.
זעצט אייך אוועק, א בענקל נעם.
דער גביר טוט זיך אראפזעצן,
באטראכט די פיש אין די נעצן.
אזוי קוקנדיג באמערקט ער,
די פאס פון די פיש איז האלב לער.
זאגט ער, איך וויל מיך נישט מישן,
נאר פארוואס כאפט איר נישט נאך פישן.
ווען איר ארבעט נאך אביסל צייט,
וואלט איר דאך מער געלט געהאט.
איי איי איי, אייזיק,
וואס ארבעטסטו נישט פלייסיג.
ר' אייזיק צעשמייכלט זיך א טראפ,
און שאקלט אים צו מיטן קאפ.
גיבט אים דער גביר, דאס ענין צו פארשטיין,
איך וועל דיר ערקלערן וואס איך מיין.
וועסט האבן מער געלט, קויפן נאך פעסער,
די פרנסה וועט ווערן, גרעסער און גרעסער.
זיך אנזאמלען א גרויס רכוש,
עפענען א געשעפט פון פיש.
דינגען העלפערס דארט צו שטיין,
נישט דארפן ארבעטן אליין.
וועסט אסאך מער געלט פארדינען,
קויפן בעסערע נעצן און מאשינען.
ר' אייזיק, צעשמייכלט זיך א טראפ,
און שאקלט אים צו מיטן קאפ.
רעגט זיך דער גביר, מיט אייך עס גייט נישט,
וואס זענט איר אזא בטלן, און איר פארשטייט נישט.
מיט די געלט וועט איר קויפן, שיפעלעך אסאך,
פארקויפן מער פיש און ווערן רייך.
אין גאנצן געגנט זיך פארשפרייטן,
איין געשעפט נאכן צווייטן.
ביז די פיש פונעם גאנצן לאנד,
וועט דורכגיין אייער האנט.
די טייך וואו די פיש שווימען,
אפדינגען, אלע רעכטן באקומען,
הכנסות אָן ארבעטן שווער,
איי איי וועסט ווערן א מיליאנער.
איי איי איי, אייזיק,
אזא פלאן ערשטקלאסיג.
ר' אייזיק, צעשמייכלט זיך א טראפ,
און שאקלט אים צו מיטן קאפ.
פון כעס ער צעלאכט-זיך,
איר זענט ערנסט, אדער איר מאכט-זיך,
איך רעד דא צו א וואנט, אדער מיר עס דאכט-זיך.
אז מ'ווערט א מיליאנער, הייבט מען אן אינוועסטן,
די געלט איז מען משקיע, אין שענסטן און אין בעסטן.
מ'קויפט הייזער, גאנצע בנינים,
דיאמאנטן, פארשידענע ענינים,
שטחים, איינס נאך איינס,
די רווחים קומען אליינס.
אינדערפרי נאר א בליק כאפן,
צי אלעס טוט פיין קלאפן.
די איבריגע צייט זיך נישט באמיען,
נעבן וואסער זיך אפרוען.
וועסט זיך צו דעם צוגעוויינען,
וועסטו זען, דיין טובה טו איך מיינען.
לייג צו שכל א טראפ,
און שאקל נישט אזויפיל מיטן קאפ.
זאגט אים ר' אייזיק, איך הער וואס דו רעדסט,
נאר טאקע פונקט דאס, טו איך יעצט.
אפאר שעה געארבעט, און זיך נישט געפלאגט,
אינגאנצן אייער פלאן, וואס איר האט געזאגט.
איך טו מיך נישט באמיען,
איך האב צייט זיך אפצורוען.
נעבן וואסער אנגעלאנט,
מיט א ספר אין די האנט.
איך רו מיך נאך אפ אסאך בעסער,
אָן שיפעלעך און אָן פעסער.
אונז זיצן מיר דא ביידע גלייך,
אָן אפדינגען די טייך.
איך זיץ דא רואיג אויפן גראז,
בִּנְאוֹת דֶשֶׁא יַרְבִּיצֵנִי.
מיין געטרייער פאסטוך און באלעבאס,
עַל מֵי מְנוּחוֹת יְנַהֲלֵנִי.
לחיים ברידער, לאמיר זינגען ווידער,
הַשֵׁם רוֹעִי לֹא אֶחְסָר.
לחיים אידן, לאמיר זיין צופרידן,
לחיים, לחיים.
לחיים ברידער, לאמיר זינגען ווידער,
הַשֵׁם רוֹעִי לֹא אֶחְסָר.
