Download PDF

איך גלייב

יונגערליך

Original Track

איך גלייביונגערליך4:40

לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | יונגערליך (תשע"ח)

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב,
א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט.
זינגט מיט מיר צוזאמען,
די דרייצן אני מאמין.
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב.

איך גלייב אז דער בורא אלעס ער פירט,
אלעס וואס געשעט און האט אמאל פאסירט.
ער טוט באשאפן,
אלעס וואס מיר דארפן,
די גאנצע וועלט באצירט.

איך גלייב אז נאר ער איז דער איינציג גאט,
נישט דא נאך אזא איינער ווי דער בורא וואס מ’האט.
און ער איז געווען,
און וואס ס’וועט געשען,
איז נאר פון השם אחד.

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב,
א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט.
זינגט מיט מיר צוזאמען,
די דרייצן אני מאמין.
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב.

איך גלייב אז דער בורא קען מען נישט פארשטיין,
נישט ווי א מענטש פון פלייש און ביין.
די ערשטע און לעצט,
הייליג און געשעצט,
און נאר צו אים מתפלל זיין.

איך גלייב אז די נביאים און זייערע רייד,
איז נאר מיט אן אמת און א העכערקייט.
און משה געטריי,
איז דער רבי פון זיי,
אן קיין ענליכקייט.

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב,
א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט.
זינגט מיט מיר צוזאמען,
די דרייצן אני מאמין.
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב.

איך גלייב אז די תורה, אונזער לעבן,
האט דער בורא פאר משה אים געגעבן.
דאס טוט אונז באגלייטן,
ס’וועט זיך נישט בייטן,
אזוי ווי אונזער שטרעבן.

איך גלייב אז דער בורא ווייסט וואס יעדער טוט,
וואס א מענטש טראכט א יעדע מינוט.
און טאקע דערפאר,
באצאלט ער מיט שכר,
פאר ווער ס’גייט אין זיינע טריט.

איך גלייב אז משיח איז שוין דא כמעט,
כאטש מיר ווארטן שוין אזויפיל צייט.
און תחיית המתים וועלן אלע אויפשטיין,
ווען דעם אויבערשטערס ווילן וועט זיין.

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב,
א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט.
זינגט מיט מיר צוזאמען,
די דרייצן אני מאמין.
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection