Download PDF

אין עוד מלבדו

דודי קנאפפלער

Original Track

אין עוד מלבדודודי קנאפפלער1:13

געזען האב איך די שטערן,
וואס באלייכטן אונזער וועלט,
און מיט די צייט פארשוואונדן ווערט.

געקלעטערט האב איך אויף די הויכע בערג,
מיין פוס געשטעלט,
און אויך פון קלוגע האב איך געהערט.

מיט אן אמת טיף אריינבליקט,
אדורך יעדע זאך און געקומען צו אן אויספיר,
ניין, צו אים איז קיינער גלייך.

זינג איך זיך צו מיר א לידל,
א לידעלע פון הארץ.

אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ,
מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ,
הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הוּא מֶלֶךְ,
וַאֲנִי עַבְדוֹ.

אין די מלחמות קעגן יצר,
ווי א מדבר דארשט צו וואסער,
א מענטש אונטערברעכט.

שרייט א אידל מן המיצר,
אויגן ווערט פון טרערן נאסער,
אין די גלות נעכט.

ווען איך זע די וועלט עס רעש’ט,
און רודערט מער ווי אלעמאל,
און וועמען צילט מען דען מיט דעם,
ווידער כלל ישראל.

זינג איך זיך צו מיר דאס לידל,
דאס לידעלע פון הארץ.

אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ,
מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ,
הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הוּא מֶלֶךְ,
וַאֲנִי עַבְדוֹ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection