אני מאמין
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' פנחס וואף, ר' יהודה גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע הארץ (תשע"ו)
אני מאמין,
אז אלץ וואס ווערט אויף די וועלט געטון,
אלעס פירט זיך אזוי,
מהבורא יתברך שמו.
דער באשעפער און אין זיינע הנהגות,
האבן מיר אונז גארנישט קיין השגות.
איך האב אבער א קלארע ידיעה,
אז ער פירט אן דער גאנצע בריאה.
אין היסטאריע פון גאנץ כלל ישראל,
מיט אמונה האט מען געלעבט אלעמאל.
דאס איז געוועזן אונזער נצחון,
זיך האלטן מיט אמונה און בטחון.
מיר זענען אריין אין די פלאמען,
געזונגען דעם אני מאמין.
א איד האט נישט קיין קשיות
און האט נישט קיין שאלות,
ער ווייסט אז פון באשעפער איז אלעס.
א איד זאגט דרייצן מאל 'אני מאמין',
אפילו איין מאל אויך נישט 'אני מבין'.
ווייל א אידיש קינד ער דארף נישט פארשטיין,
ער דארף נאר גלייבן אין באשעפער אליין.
אז אלעס וואס דער באשעפער טוט,
אפילו מפארשטייט עס נישט אויף דער מינוט.
אלעס איז חסדים, אלעס איז גוט,
מיט אמונה לעבט איעדער איד.
גיי אמאל צו, צו א קליין קינד,
געב אים א פרעג געשווינד.
אינגעלע, קענסטו מיר אפשר מסביר זיין,
וויאזוי פארט אן עראפלאן.
ער וועט דיר ענטפערן אין איין מינוט,
פונקטליך וויאזוי א פליגער פליט.
ער איז אפילו אויך א מבין,
איך קען שוין א פליגער דרייוון.
פרעג אבער א מענטש א בר דעת,
פון דיין שאלה וועט ער מאכן חוזק שפאס.
פירן א פליגער האב איך נישט קיין אנונג,
אויפן פליגער דארטן אויבן זיצט א מנהיג.
איך קויף מיר א טיקעט און איך פאר,
איך פרעג נישט קיין קשיות וואס גייט פאר.
און טאמער עס גייט מיר שווער די וועגן,
וואס וועט מיר העלפן קשיות פרעגן.
א איד זאגט דרייצן מאל 'אני מאמין',
אפילו איין מאל אויך נישט 'אני מבין'.
ווייל א אידיש קינד ער דארף נישט פארשטיין,
ער דארף נאר גלייבן אין באשעפער אליין.
אז אלעס וואס דער באשעפער טוט,
אפילו מען פארשטייט עס נישט אויף דער מינוט.
אלעס איז חסדים, אלעס איז גוט,
מיט אמונה לעבט איעדער איד.
