Download PDF

אפאר מיליאן

יונתן שווארץ

Original Track

אפאר מיליאןיונתן שווארץ7:09

לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון (תש"ס)

א גרויסער טומל אין די גאסן,
קיינער וויל דאך נישט פארפאסן,
גאר א גרויס געלעגנהייט.
צו קויפן, יאגט זיך יעדער צו,
א קליינע צעטל, א לאטערי,
ווייל הונדערט מיליאן, נישט צופוס עס גייט.

ווען איך וואלט דאס געלט געוואונען,
וואלט איך נאר דיר באשעפער געהאט אינזינען.
קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

גייט א אידל מיטן צעטל,
און ער מאכט א גאנצן פשעטל,
אוי ווי שיין, עס וואלט נאר אויסגעזען.
ווען איך וואלט געווען א מיליאנער,
און קיינמאל נישט געארבעט שווער,
אוי ווי זיס און גוט ס'וואלט געווען.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געקענט אויפטון גאר גאר אסאך.
אבער קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

תלמוד תורה'ס און ישיבות,
וואלט געהאט א גרויס חשיבות,
איך וואלט זיי געגעבן גאלד און געלט.
ראש ישיבות און רבנים,
משולחים און קבצנים,
וואלט איך אלע אויף די פיס געשטעלט.

איך וואלט געגעבן פאר אלע,
קמחא דפסחא און הכנסת כלה.
קיינמאל קיינעם זאגן ניין,
איך נעם אויף יעדן איינעם זייער שיין.

איך וואלט געטון צו די זאך,
און אויפגעשטעלט א גרויסן גמ"ח,
און איך וואלט געהאלטן און איין בארגן.
אפילו ווען איך בין פאריאגט,
קיינמאל קיינעם אפגעזאגט,
אז ער זאל צוריקקומען מארגן.

כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ,
נישט נאר פורים זיך געפירט אזוי.
נאר א גאנץ יאר אן אפן טיר,
ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געטיילט צדקה גאר גאר אסאך.
אבער קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

שבת אויף מיין טיש, אלע סארטן פלייש און פיש,
די בעסטע עסן, כל מיני מטעמים,
גאר טייערע, גאר אלטע וויינען.
געסט אן א שיעור,
טירן אויף זייטן פיר.
אן אפן שטוב, אן אפענעם היכל,
כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכוּל.

נישט נאר פסח אליין,
אגאנץ יאר קען מען אויך קומען צו גיין.
געסט אלעמאל ביי מיר,
ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט געסט גאר גאר אסאך,
אבער קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

איך וואלט זיך געפירט ריכטיג,
קיינמאל נישט געמאכט וויכטיג,
געלט וועט מיר נישט זאגן וואס צו טאן.
צייט האב איך צו יעדן איינעם,
גוטע פריינד און גוטע שכנים,
און איך דארף נישט דעם אויבנאן.

איך וועל זיך פירן א פשוט'ן לעבן,
נאר צו דיר באשעפער זיך אוועקצוגעבן.
באשעפער, איך מיין נאר דיר,
ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געקענט אויפטון גאר גאר אסאך,
אבער קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קען.

יעדן אינדערפרי,
וועל איך זיין א מִתְגַבֵּר כָּאֲרִי.
איך וועל לערנען אפאר שעה,
גמרא רש"י תוספות און מהרש"א.

באשעפער, איך מאך נישט קיין שפאס,
ביז איין יאר ענדיג איך ש"ס.
רוב טאג לערנען תורה,
און ווייניג האנדלען מיט סחורה.

שיעורים אין גאנצן שטאט,
פון סאטמאר, קיין בעלזא און קיין לעיקוואוד.
קיין פָּאנָאוִויטְשׁ, סְלָאבָאדְקֶע און מיר,
ווייל אזוי דארף זיך פירן א גביר.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געלערנט תורה גאר גאר אסאך.
אבער קודם אפאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

ס'קומט שוין אן די גרויסע נאכט,
ווען דער גורל ווערט פארבראכט,
די שמחה איז דאך ממש אין לשער.
צו זיין שאפע גייט ער צו, אלקא דמאיר ענני,
בזכות פון דעם תנא ר' מאיר.

באשעפער, מיר האבן א דיל,
מעות קדימה געבן איך וויל.
דו זעסט אז איך גיב שוין פון פריער,
ווייל באלד גיי איך זיין א גביר.

די תוצאות איז אנגעקומען,
די ערשטע צוויי נאמבערס שטימען,
די דריטע און די פערטע זענען גלייך,
אין איין מינוט גיי איך זיין רייך.

די פינפטע, די זעקסטע קומט אריין,
ס'קען דאך גארנישט בעסער זיין.
איך בין דער גביר פון שטאט,
צו מאנען די געלט גייט ער גראד.

ער קומט אן מיט זיינע תוצאות,
זאגט מען אים, ר' איד, איר מאכט א גרויסן טעות.
אויף אייער צעטל גיבט נאר א קוק,
ס'איז פון צוויי וואכן צוריק.

ער גייט אהיים און ער קלערט,
מיין גאנצער פלאן איז גארנישט ווערט,
דער בורא דארף נישט צוקומען צו מיר.
דער באשעפער האט גענוג וועגן,
אויסצוטיילן זיין פארמעגן,
ער דארף נישט איך זאל זיין זיין באנקיר.

אפשר יעצט איז מיר בעסער,
דער נסיון פון דעם עושר איז אסאך מאל גרעסער.
ווער ווייסט וואס וואלט געשען מיט מיר,
ווען איך וואלט געוועזן א גביר.

ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט נסיונות גאר גאר אסאך.
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
דאך, באשעפער, וועסטו זען וואס איך קען.

איין זאך איז מיר זיכער,
ער דארף נישט איך זאל פירן זיינע ביכער.
תורה איז דא אויף די גאנצע וועלט,
אן מיין עצות און אן מיין געלט.

מיט א גוטן רצון און ווילן,
קען איך אלע פלענער ערפילן.
מ'קען טון גמילת חסד אן א שיעור,
אפילו מ'איז נישט קיין גביר.

סיי ארעם, סיי רייך,
מיט א גוטן רצון קען מען אויפטון גאר גאר אסאך.
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
דאך, באשעפער, וועסטו זען וואס איך קאן.

אפילו איך בין נישט רייך,
מיט א גוטן רצון קען מען אויפטון גאר גאר אסאך.
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
דאך, באשעפער, וועסטו זען וואס איך קאן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection