בטחון
יוסף משה כהנא
Original Track
זיצט א אידל, מיט זיין פידל,
זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל,
ווייל ס'איז אים אזוי גוט.
אן קיין דאגות, אן קיין פראגעס,
א צופרידן התנהגות,
אלעס ארום זינגט מיט.
וואספארא ליד, זינגט א איד,
וואספארא ליד זינגט ער זיך אונטער,
סיי זומער און סיי ווינטער.
א ליד פול מיט אמונה און בטחון,
דאס איז זיין אייביגער נצחון.
ער ווערט נישט נתפעל פון די וועלט,
ער פארקויפט זיך נישט פאר קיין געלט.
ער מאכט פון גארנישט קיין פראבלעם,
ווייל דער באשעפער איז מיט אים.
וואו איך גיי אין יעדן ארט,
איז ער אלעמאל דארט.
הערט וואס איך זאג, זעט מיין פלאג.
ביינאכט און בייטאג,
ווען איך פריי מיך, ווען איך קלאג.
אפילו ס'איז חלילה שלעכט,
שונאים פון לינקס און רעכט.
מען טרייבט, מען שעכט,
מען יאגט, מען שטעכט,
איז ער גערעכט, און איך בלייב זיין קנעכט.
זיצט א אידל, מיט זיין פידל,
זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל,
ווייל ס'איז אים אזוי גוט.
אן קיין דאגות, אן קיין פראגעס,
א צופרידן התנהגות,
אלעס ארום זינגט מיט.
זינגט דער איד, און ווערט נישט מיד,
ווייל וואס דער הייליגער באשעפער טוט,
איז אים אלעמאל זיס און גוט.
ער ווייסט נישט וואס עס מיינט א צרה,
האט בטחון אן קיין פשרה.
א מענטש וואס האט בטחון,
קוקט נישט ביים שכן.
האט נישט קיין טענה,
פארוואס איז עס זיינע.
ער איז נישט מקנא,
פארוואס ס'איז נישט מיינע.
ער זינגט זיך רואיג און באקוועם,
וואס ער דארף, וועט קומען צו אים.
ער טראכט נישט פון וואו,
ס'איז נישט קיין נפקא מינה.
ער פרעגט נישט וויאזוי,
נאר ער האט אמונה.
זיצט א גביר, אין א פור,
א ראש הקהל, א באנקיר,
אין א ווארעמע וואגן ער פארט.
א בעל צדקה, אָן הפסקה,
פארט פון לעמבערג קיין קראקא,
חשבונ'ט און גלעט זיך דאס בארד.
אויפן וועג עס שנייט און רעגנט,
אן ארעמאן ער באגעגנט.
וואס גייט צופוס מיט א שווערן פעקל,
אנגעטאן א צעריסן רעקל.
ער שטעלט זיך אפ און טוט אים זאגן,
ר' איד, קומט ארויף אויפן וואגן.
דער איד איז שוין אינגאנצן פארפרוירן,
שפירט זיך ממש ניי געבוירן.
דער ראש הקהל, ר' ישראל,
פארט ווייטער בערג און טאל.
מיטאמאל, ווערט נתפעל,
ער האט עס נישט געזען קיינמאל.
ער זעט דעם איד האלטן פעקלעך אויפן פלייצע,
ווי ער מוטשעט זיך, גיבט זיך נישט קיין עצה.
פארוואס האלט איר די פעקלעך, פרעגט ער,
ר' איד, פארוואס מאכט איר זיך שווער.
זאגט דער איד צו דעם גביר,
אייך אויסצוניצן האט א שיעור.
גענוג איך דארף נישט צופוס גיין,
כאטש די פעקלעך שלעפ איך אליין.
לאכט דער גביר און ער זאגט,
ס'דאכט זיך אייך אז איר טראגט.
די זעלבע וואגן, וואס טוט אייך טראגן,
שלעפט מילא די פעקלעך, איר טוט זיך סתם פלאגן.
פון וואו נעמט מען די השגות,
צו זאגן אז איך טראג-עס.
דער באשעפער פירט דאך אלעס, ווען און וואס,
דו ביסט דאך גארנישט קיין בעל-הבית.
זיצט א אידל, מיט זיין פידל,
זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל,
ווייל ס'איז אים אזוי גוט.
אן קיין דאגות, אן קיין פראגעס,
א צופרידן התנהגות,
אלעס ארום זינגט מיט.
