בך בטחו
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ, בָּטְחוּ וּתְּפַלְטֵמוֹ.
באשעפער, איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא.
די אמונה און בטחון וואס האט געהאט מיין טאטע.
געבליבן א יתום איז ער,
פארשווימען אין זיין אייגענע טרער,
און דאך, בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ.
באשעפער, איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא.
ווי קען איך צוקומען צו אמונה פון מיין טאטע.
אמונה און בטחון נאך מער,
ווייל דאס איז מיין איינציגע געווער,
אביסעלע בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ.
בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ, בָּטְחוּ וּתְּפַלְטֵמוֹ.
באשעפער, איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא.
די אמונה און בטחון וואס האט געהאט מיין טאטע.
געבליבן א יתום איז ער,
פארשווימען אין זיין אייגענע טרער,
און דאך, בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ.
באשעפער, איך וויל דיר נאר פרעגן איין קשיא.
ווי קען איך קומען צו די אמונה פון מיין טאטע.
אמונה ובטחון נאך מער,
ווייל דאס איז מיין איינציגע געווער,
כאטש אביסעלע בְּךָ בָּטְחוּ אֲבוֹתֵינוּ.
אליין אין בערגן-בעלזן,
שטארק, שטערקער ווי פעלזן.
עַיִיל נָפִיק, עַיִיל שַׁיִיף,
מיט סאטמארער רב און ר’ יונתן שטייף.
אמונה ובטחון, זיך געשטארקט מיט אידישקייט.
איך וויל אביסעלע אמונה און בטחון,
טאטי, טאטי, טאטי, טאטי.
מיין הארץ און קאפ אויסוואשט עס,
לעבן מיט א פשטות,
פון אמונה פשוטה,
יא טאטי, טאטי, טאטי.
מה-דאך אז די אידן האבן זיך געשטארקט,
ווען מ’האט זיי אנגעכאפט ביים קארג,
קל וחומר מיר קענען זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון.
