Download PDF

דאגה מנין

יונתן שווארץ

Original Track

דאגה מניןיונתן שווארץ6:47

לחן: מיוחס להרה"ק ר' אשר מרימינאוו זי"ע | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד (תשס"ו)

אין די גאסן, גאר געלאסן,
שפאצירט זיך א איד מיט א פנים א בלאסן,
ער טוט זיך איבעררייסן.
שרעקליך, שווערע פעקלעך,
יעדן טאג א פרישע זעקל,
נאך א פעקל און נאך א פעקל.

וואס טראגט ער,
וואס פארמאגט ער,
איך וועל אים גיין שוין אנטקעגן,
איך וועל אים פרעגן.

ר' איד, פארוואס לויפט איר,
אנטשולדיגט וואס פארקויפט איר.
פון די פעקלעך די גרויסע,
וואס האנדלט זיך די נושא.

ער זאגט מיר אֱמֶת לַאֲמִתּוֹ,
מיין פעקל איז נישט ווערד קיין פרוטה,
האט ער מיר געטון ערקלערן.
אין די פעקלעך ליגן שווערע דאגות,
פול מיט זארגן, פול מיט פראגעס,
איך פון קען זיי נישט פטור ווערן.

טאג און נאכט, זומער און ווינטער,
קיין פרוטה אחת, נישט פארדינט ער,
נאר מיט דאגות טוט ער איבערבלייבן.
ער לייגט ארויף א גאנצע וואך,
שווערע פעקלעך, נאך און נאך,
ער טראגט זיי אויך שבת אין רשות הרבים.

דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען,
און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן,
הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עֲדַיִין.
היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק,
דאגות זענען איבריג,
הַהֹוֶה כְּהֶרֶף אַיִן, דַאֲגְה מִנַיִן.

ער קומט אהיים פון שול, די פאסט נעמט ער,
ער בלייבט שטיין אינגאנצן א פארקלעמטער.
די ערשטע בריוו, א בריוו גאר א שארפן,
געלט פאר אייער לעקטער מיר דארפן.

ביז איין וואך ווערט די וואסער אפגעשפארט,
מיר האבן שוין גענוג און נאך געווארט.
די שטאט העכערע שטייערן זיי ווילן,
און מיט זיי טאר מען זיך נישט ארומשפילן.

דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען,
און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן,
הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עֲדַיִין.
היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק,
דאגות זענען איבריג,
הַהֹוֶה כְּהֶרֶף אַיִן, דַאֲגְה מִנַיִן.

די גמ"ח'ן האבן צו אים א גרויסע טענה,
גענוג געוועזן מיט די תירוצים דיינע.
פון זארגן האט קיינער נישט באצאלט א חוב,
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָב.

א איד מיט א קינד טוט זיך פלאגן,
ער זוכט פאר אים א זיווג הגון.
פון זארגן קומט נישט ארויס קיין שום תענוגים,
הקדוש ברוך הוא מזווג זיווגים.

א איד איז נישט געזונט ליידער ליידער,
ער דרייט זיך ארום פארזארגט כסדר.
זארגן זארגן לייזט נישט קיין פראבלעמען,
נאר קל מלך רופא נאמן.

דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען,
און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן,
הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עֲדַיִין.
היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק,
דאגות זענען איבריג,
הַהֹוֶה כְּהֶרֶף אַיִן, דַאֲגְה מִנַיִן.

דאגות האבן מענטשן אסאך,
יעדער איינער זארגט זיך פאר זיין פאך.
דער בעל דרשן, ער זאל האבן א גוטע שפראך,
און דער עולם, ער זאל נישט רעדן צו סאך.

דער בדחן, יעדער זאל געבן א לאך,
דער מוזיקאנט, אז מען זאל טאנצן ביזן דאך.
דער עושר זארגט זיך ער זאל בלייבן רייך,
און דער שטארקער, ער זאל נישט ווערן שוואך.

דער פישער, צו כאפן גוטע פיש אין טייך,
דער ספרים סוחר, מען זאל קויפן דעם נייעם תנ"ך.
דער בוכהאלטער, דער חשבון זאל זיין גלייך,
דער שטריימל-מאכער, דער שטריימל זאל נישט זיין פלאך.

דער שמש, צו פארקויפן וואס מער סכך,
דער גבאי צדקה, מ'זאל באצאלן באצייטנס דעם גמ"ח.
דער כולל יונגערמאן, צו קענען דעם ט"ז מיטן ש"ך,
דער משגיח פונעם עירוב, אויפן צורת הפתח.

דער בויער זארגט זיך צו האבן א שיינעם ציגל,
די באלעבאסטע, ס'זאל נישט צוברענען די קוגל.
דער בעקער, צו פלעכטן שיינע זיסע חלות,
דער מלמד, די קינדער זאלן קענען אלעס.

דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען,
און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן,
הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עֲדַיִין.
היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק,
דאגות זענען איבריג,
הַהֹוֶה כְּהֶרֶף אַיִן, דַאֲגְה מִנַיִן.

מ'קען נישט דעם זייגער צוריקדרייען,
ישועת השם כהרף אין,
א גוטער איד האפט אז ס'וועט זיכער זיין גוט.
רעד דיך דורך מיט גוטע חברים,
דַאגָה לְאִישׁ יַשִׂיחֶנָהּ לַאֲחֵרִים,
האף צום בורא, זיי נישט פאר'דאגה'ט.

דער נעכטן איז שוין דורכגעגאנגען,
און אויף מארגן טאר מען נישט דאגה'ן,
הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עֲדַיִין.
היינט גייט דורך ווי אן אויגנבליק,
דאגות זענען איבריג,
הַהֹוֶה כְּהֶרֶף אַיִן, דַאֲגְה מִנַיִן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection