השלך
מיכאל שניצלער
Original Track
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
אידעלע פארלאז דיך,
אלא על אבינו שבשמים,
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
דיין שידוך איז שוין גרייט,
אט אט מיט פרייד,
וואונטשט מען לחיים.
אידעלע דו ביסט, פארזארגט גאר אומזיסט,
טראג נישט דעם באשעפער'ס דאגות,
הער א מעשה א פארגאפטע,
ר' יוֹסִי בַּר חֲלַפְתָּא,
די מטרונה פרעגט רבי איך האב פראגעס.
אין וויפיל טעג האט ער באשאפן זיין וועלטעלע,
ענטפערט ער, אין זעקס טעג זיין גאנץ געצעלטעלע,
מֵאוֹתָהּ שָׁעָה מַה הוּא עוֹשֶׂה, פרעגט זי ר' יוסי,
וואס טוט ער פון דאן, א קשיא א באמבע.
ער זיצט דאך מיט תענוגים,
און מזווג זיווגים,
א גרויסע חכמה,
דער בורא אנטפלעקט דערין,
זי לאכט אפ מיט עֶלְבּוֹן,
איך קען דעם פאך דעם זעלבן,
איך זע נישט די חכמה וואס שטעקט דערין.
אין איין נאכט וועל איך ווייזן די קונצן,
צוזאמגעשטעלט טויזנט קנעכט און דינסטן,
אבער אוי וויי, אוי וויי,
ס'איז געווען א בראך אויף קאלאמבוס.
וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בוֹקֶר,
אויסגעלאזט א הויקער,
ביי קיינעם פון זיי איז, געווען שלום בית,
איינעמ'ס קאפ צובלוטיגט,
איינער גאר קריטיק,
אן אויג א געשוואלענעם,
אויסלאכן אלע זאלן אים.
פיס און הענט צעהאקטע,
א שפיטאל געפאקטע,
זי שטייט דארט א געשאקטע,
שוין גארנישט קיין הִסְתַּפַּקְתְּא,
זי רופט צוריק ר' יוסי'ן,
האט איר א באשעפער א גרויסן,
מזווג זיין ווער קען,
נאר נאר ער קען.
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
אידעלע פארלאז דיך,
אלא על אבינו שבשמים,
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
דיין שידוך איז שוין גרייט,
אט אט מיט פרייד,
וואונטשט מען לחיים.
אין ישיבה איינגעשפארט,
שוין אזוי לאנג איך ווארט,
די אויגן פון טרערן ווערן פייכטער,
איך טראכט אזוי ביי מיר,
איך האב א ברודער פאר מיר,
ווען די וועג פאר מיר אויף מאכט ער.
שוין חדשים לאנג קלינגט דער טעלעפאן נישט,
קיין שדכן, קיין שום פערזאן נישט,
אוי וויי, אוי וויי, עֶזְרִי מֵאַיִן.
יעדן טאג גם זו יעבור,
פאר א צווייטן חבר,
מזל טוב דארף איך אים וואונטשן,
ער זאגט ביי דיך אויף שמחות,
ווי א שטעך באקום איך עס,
כמעט מיואש איך בין שוין.
אבער מענטשעלע פערציג טעג בעפאר,
דו ביסט געבוירן, האסטו שוין דיין פאר,
אוי אוי אומזיסט געטראכט,
דער פון אויבן לאכט,
דיין באשערטע שוין גרייט, דַאַגָה מִנַיִן.
אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֵם יְצִירַת,
אנגעגרייט פאר דיר איז,
בַּת פְּלוֹנִי לִפְּלוֹנִי,
מיט וועם דו בויסט דיין הייזקל,
שוין ארויס א בַּת קוֹל,
א שמחה אין הימל צָהֲלָה וְרוֹנִי.
גרייט דיך אן שנעלער,
אט אט ברעכט מען טעלער,
גרייט דיך אן פשט'לעך,
גרייט אן ציגארעטלעך,
א שידוך גאר א גוטן,
מזל טוב מחותן,
מזל טוב קרובים,
לחיים טובים.
עוד עוד ישמע,
א קשר של קיימא,
וואונטש מען בכל לבב,
מזל טוב.
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
אידעלע פארלאז דיך,
אלא על אבינו שבשמים,
הַשְׁלֵךְ עַל הַשֵׁם יְהָבְךָ,
דיין שידוך איז שוין גרייט,
אט אט מיט פרייד,
וואונטשט מען לחיים.
