Download PDF

י"ג אני מאמין

יום טוב עהרליך

Original Track

י"ג אני מאמיןיום טוב עהרליך4:29

Cover Tracks

S0134 - יג אני מאמין (2)4:43
S0134 - יג אני מאמין - יום טוב עהרליך7:11

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ה) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)

אני מאמין, איך גלויב אין דעם,
אז דער בורא, געבענטשט זאל זיין זיין שם,
ער האט באשאפן אלע זאכן,
און וואס עס געשעט טוט ער דאס מאכן,
און ער אליין ער פירט עס אזוי פיין.

ער איז געווען, און ער איז,
און אונזער האר וועט ער אייביג זיין,
אזויווי ער איז נישט דא איינער,
פאר אים און נאך אים, איז נישט דא קיינער.

און נאר צו אים דארף מען דאווענען.

און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט.

מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דער באשעפער פון אויבן,
וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקליכן לעבן,
און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.

אני מאמין, איך גלויב וואס עס שטייט,
אז אמת זענען די נביאיםס רייד,
און משה רבינו איז די גרעסטע פון אלע,
און ער האט אונז געברענגט די תורה,
און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין, די תורה.

ער זעט, און הערט,
וואס יעדער איינער טוט און קלערט,
די וואס טוען מצוות וועט ער באלוינען,
וואס טוען נישט, וועט ער נישט שוינען,
און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט.

אני מאמין, איך גלויב אין גליק,
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג,
אז משיח וועט שוין קומען צו גיין,
און וועט אונז פירן אין ארץ ישראל אריין,
און גרויסע ניסים וועלן דעמאלס זיין.

און מען וועט זען מיט גרויס פרייד,
ווי דער עלטער-זיידע גייט,
ארויסגעקומען פון גן עדן,
און מיר וועלן מיט אים רעדן,
און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד.

און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט.

מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דער באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקליכן לעבן,
און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.

און כאטש ער באהאלט זיך,
און כאטש ער פארשטעלט זיך,
זעט מען אים, אויף יעדן שריט און טריט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection