Download PDF

לעבעדיג לוסטיג פריילעך

עתיק

Original Track

לעבעדיג לוסטיג פריילעךעתיק3:35

לעבעדיג לוסטיג פריילעך אן א צאל,
תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל,
מיט זיינע שמערצן, מיט דיין געוויין,
תמיד מוזטו פריילעך זיין.

כאטש מ'יאגט, מ'פלאגט און מ'שלאגט.
לעבעדיג לוסטיג פריילעך אן א צאל,
תמיד ביסטו הייליג, פאלק ישראל.

פייער צינגען שלונגען דיך,
טייכן טרערן פארגיסן זיך,
דיין נשמה הויכסטו אויס מיט פרייד.

כאטש אין גלות וואנדערסטו שוין יארן,
דיין אמונה האסטו נישט פארלוירן,
ווייל טלית און תפילין איז דאך דיין לעבנס פאנצער,
עס קלאמערט דיך אין דיין ליבער גאט.

קיינמאל האסטו זיך נישט געבויגן,
אפילו מ'האט דיך אויף די מזבח אויסגעצויגן,
ווייל תמיד דו שרייסט נאר,
תמיד דו זינגסט נאר,
שמע ישראל ה' אחד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection