Download PDF

מאן יימר

מיכאל שניצלער

Original Track

מאן יימרמיכאל שניצלער5:09

ברוך השם, מ’האט א שידוך שוין געטון,
דאס גאנצע שטעטל פונעם שידוך האט הנאה.
ר’ שלמהלעס א טאכטערל, מיט מיין עלטסטן זון,
עִנְבֵי הַגֶפֶן דָבָר נָאֶה.

געווען שוין וואָרט, אויך געווען טעלער ברעכן,
ס’פלעכט זיך ווייטער דער גאלדענער שיינער פאדעם.
א הערליכע חתונה מוז מען דאך פארשפרעכן,
די הוצאות זענען ממש פחדים.

א שמחה מ’מאכט,
אויף אן אופן באשיידן,
און פאר עס קומט די גרויסע נאכט,
א יעדן אויסצוקליידן.

די זאל, די מוזיק, זינגער, בדחן, אלעס מאכן גרייט.
יעצט האלט איך ביים בכור,
און איך בעט א תפילה נאר.
אויך מיין יונגסטן קינד,
צו פירן צו די חופה געזונטערהייט.

ס’קומען געסט פון ארץ ישראל,
שווייץ און פון אונגארן.
פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל,
נישט צו לאזן זיי הונגערן.

די שמחה וועט אונז אויסברענגען הון תועפות.
די צירונג, די מתנות,
די בלומען ומשלוח מנות,
אזויפיל געלט צו די שמחה, פון וואו נעם איך עס.

דאס ווייבעלע זאגט אים,
אן עצה שלאג איך פאָר,
איך האב א רייכן פעטער, די בושה לייג אוועק.
גיי בעט אים געלט, צום רייכן פעטער פאָר,
נישט דא קיין ברירה, איך פאק דיר שוין די פעק.

ער גייט מיט שווערע טריט, אזוי בָּזוּי וּמְבוּזְה,
אלע נאסע פנימער באגלייטן אים ארויס.
ער שטייט שוין ביי זיין טויערל,
קושט די הייליגע מזוזה.
ער בלייבט דארט שטיין פארטראכט,
און ער גייט נישט אוועק פון הויז.

דאס ווייבעלע פארזויערט, גיבט זי אים א פרעג,
פארוואס ווילסטו נישט גיין אהין,
פארוואס ביסטו פארטראכט.
אפשר ווייל עס דויערט, זייער לאנג דער וועג.
ער זאגט איר, ניין,
הער דעם חשבון וואס איך האב געמאכט.

ווער זאגט אז ער וואוינט נאך דארט,
מאן יימר ער זאל לעבן.
און אויב נאך זיין פאלאץ ער האט,
מאן יימר ער וועט געבן.

ווער זאגט אז ער איז נאך רייך,
מאן יימר צדקה געט ער.
אפשר געדענקט ער ניטאמאל,
אז ער איז גאר מיין פעטער.

וואס האב איך דאן אהין צו פארן אין א ווייטן לאנד.
איך פרעג דיר יעצט מיין ווייב,
אויף אהיימצוקומען ארעם,
קען איך ענדערש בלייבן אינדערהיים איינגעשפאנט.

מיר האבן דאך א טאטן,
מיינע כוחות קען איך שפארן.
איך דארף אים נישט צו זוכן,
ווייל ער איז דא מיט מיר.
ער האט מער פון פעטער,
נא, וואס פעלט מיר אויס צו פארן,
לאמיר גיין אנקלאפן אויפן טאטנ'ס טיר.

איך זאג דיר אז ער וואוינט אלץ דארט,
לאמר, ער וועט לעבן.
איך זאג דיר זיין פאלאץ ער האט,
לאמר, ער וועט געבן.

איך זאג דיר אז ער איז גאר רייך,
לאמר, צדקה געט ער.
איך זאג דיר אז ער האט אסאך,
לאמר, טיילן וועט ער.

לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָהָב,
פאר אים געהערט דאך דאס גאנצע געלט,
כבודו מלא עולם, אויף די גאנצע וועלט.

נאר דער באשעפער מיינע הוצאות ער ציילט,
ער וועט מיר ארויסהעלפן פון מיין פראבלעם.
ער לעבט און ער האט,
ער געדענקט מיך און ער טיילט.
און ווען ער טיילט געט ער גענוג,
איך פארלאז מיך נאר אויף אים.

ישועת השם כהרף עין,
ער קושט שיין די מזוזה און מיט א ניגון גייט צוריק.
מיר דארפן בעטן דעם טאטן דעם געטרייען,
הוצאות החתונה וועט זיין איבער גענוג.

לאמיר באשטימען ווען די חתונה זאל זיין,
א שפע פון הימל וועט אונז קומען ביז דאן.
לחיים! לחיים! א גלעזעלע וויין,
בשעה טובה ומוצלחת, צום ריכטיגן זמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection