ס'איז דא א באשעפער
יונגערליך
Original Track
ס'איז דא א באשעפעריונגערליך5:31
טויזנטער יארן צוריק,
האט געלעבט אונזער טאטע אברהם.
ער פרעגט מיט וואונדער און קען נישט פארשטיין,
וויאזוי געשעט א וועלט פון זיך אליין?
אברהם, געב נאר א קוק,
אנטפלעקט זיך צו אים דער בורא עולם.
איך בין דער וואס האט אלעס אויפגעשטעלט,
ס'איז דא איין באשעפער אויף דער וועלט.
ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט,
און אלעס טוט ער פירן.
ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט,
און אן אים גארנישט טוט זיך רירן.
