צמאה לך נפשי

Original Track

צמאה לך נפשי2:34

צָמְאָה, צָמְאָה, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי, כָּמַה לְךָ בְּשָׂרִי,
כֵּן בַּקוֹדֶשׁ חֲזִיתִיךָ לִרְאוֹת עוּזְךָ וּכְבוֹדֶךָ.

עס מעג זיין חושך פינסטער איבעראל,
די גאנצע וועלט פול מיט שנאה.
בין איך מיך נישט מייאש קיינמאל, קיינמאל,
איך פארליר נישט מיין הייליגע אמונה.

עס מעג זיין ווי פינסטער, עס מעג זיין ווי ביטער,
איך בין זיכער אין ישראל'ס נצחון.
דער סוף וועט זיכער זיין א גוטער,
טאטעניו, איך פארליר נישט מיין בטחון.

צָמְאָה, צָמְאָה, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי, כָּמַה לְךָ בְּשָׂרִי,
כֵּן בַּקוֹדֶשׁ חֲזִיתִיךָ לִרְאוֹת עוּזְךָ וּכְבוֹדֶךָ.

עס זענען געווען מלכים ושרים,
וואס האבן אונז פאריאגט און פארטריבן.
זיי זענען געווארן חורבות און פגרים,
און מיר זענען דאך איבערגעבליבן.

אפילו מיר לעבן אין חרפה און בושה,
דערלעבן מיר טראץ די אלע צרות.
מיר וועלן נאך דערלעבן, אז די מלכות הרשעה,
וועט ווערן א פולע בית הקברות.

צָמְאָה, צָמְאָה, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי, כָּמַה לְךָ בְּשָׂרִי,
כֵּן בַּקוֹדֶשׁ חֲזִיתִיךָ לִרְאוֹת עוּזְךָ וּכְבוֹדֶךָ.

איך וויל נישט פארלירן מיין הייליגן גלייבן,
עס איז נישט דא פון וואס צו זארגן.
עס וועט נישט אייביג אזוי בלייבן,
עס קומט נאך א ליכטיגע מארגן.

עס קומט א וועלט א רואיגע, א שטילע,
א וועלט פון שלום און מנוחה.
עס איז נאנט די צייט פון ישראליקל'ס גאולה,
והיתה לה' המלוכה.

צָמְאָה, צָמְאָה, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי, כָּמַה לְךָ בְּשָׂרִי,
כֵּן בַּקוֹדֶשׁ חֲזִיתִיךָ לִרְאוֹת עוּזְךָ וּכְבוֹדֶךָ.

אוישוויץ, בירקענוי, וועט נישט עקזיסטירן,
עסטרייך, אונגארן און דייטשלאנד.
קיין אוקראינע און קיין טראנס-דניעסטער,
וועט מען מער נישט פירן,
מיט קיין שטערן און מיט קיין געלע באנד.

מען וועט ענדע צוזאמנעמען אלע אידן אויפאמאל,
מיט גרויס פאראד, מיט גרויס מנוחה.
צו פירן מיט וואלקנס קיין ארץ ישראל,
והיתה לה' המלוכה.

צָמְאָה, צָמְאָה, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי, כָּמַה לְךָ בְּשָׂרִי,
כֵּן בַּקוֹדֶשׁ חֲזִיתִיךָ לִרְאוֹת עוּזְךָ וּכְבוֹדֶךָ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection