Download PDF

ראקעפעלער

מיכאל שניצלער

Original Track

ראקעפעלערמיכאל שניצלער5:25

לחן: ר' אברהם יוסף שטעסל | מילים: ר' הערשל דייטש | יא, דו קענסט (תשע"ד)

שוין וואכן, מאנאטן,
אזעלכע שווערע צייטן,
א שווערע וואלקן, פול מיט דאגות.
יעדער קען דעם סוד,
אלעס איז באנקראט,
פון האבן געלט, געווארן א שווייג איז.

ער טראכט נאר פון זיין ביזנעס,
אריין וויאזוי ער איז אין עס,
אזויפיל געלטער האב איך געשארט.
און יעצט קוים פארדינט ער,
אלעס פאלט שוין אונטער,
נישט קיין קעש, נישט קיין קרעדיט קארד.

ער שפירט ער האלט עס מער נישט אויס,
פון זיין אפיס ער גייט ארויס,
אנגעזעצט מיט א גרויסן בארג,
ער זעצט זיך אוועק אין סענטראל פארק.

פון זיין ביזנעס ער קלערט,
אלעס ליגט טיף אין דער ערד,
אזוי ליידיג פון געלט מיין טאש איז,
מיט א גרויסע שטוב, אזויפיל נפשות.

ס'בלאזט אין פנים א ווינט א קאלטער,
קומט צו גיין א גוי אן אלטער,
אנטשולדיג, איך פרעג, איך קען אייך נישט,
איך זע איר האט עפעס א מיטמאכעניש.

דער ביזנעסמאן פארציילט אים גלייך,
אמאל בין געווען גאר רייך,
אבער לעצטנס אלעס איך פארליר,
ס'גייט מיר גארנישט וואס איך פראביר.

דער גוי עפנט זיין זעקל,
ער געט אים גלייך א טשעקל,
נאר איין זאך פונעם סוחר ער בעט שוין.
קום צוריק נאך א יאר,
פארצייל מיר קלאר,
אויב הצלחה אין די ביזנעס דו זעסט שוין.

דער סוחר אפגעזונדערט,
בלייבט שטיין פארוואונדערט,
קוקן וויפיל געלט טאקע שנעלער.
א האלבע מיליאן,
ווער איז דער פערזאן,
דער גרעסטער עושר, ראקעפעלער!

די אויגן פאר שמחה גלייך אויפמאכט ער,
ער בלייבט שטיין קוקן ווי א פארטראכטער,
צום גרעסטן עושר פון ניו יארק,
האב איך גערעדט צו, אן קיין זארג.

פון שמחה זיין מח רוישט,
אזא טשעק וואלט איך נישט געטוישט,
באקומען יעצט א כח א פעסטער,
צו ווערן נאכאמאל א גרויסער אינוועסטער.

געדרייט און געשפרונגען מיט גרויסע געלטער,
זיין שווערע ארבעט נישט אפשטעלט ער,
נאר געטראכט ווי ס'דרייט זיך דאס רעדל,
די גרויסע טשעקל ליגט דאך אין לעדל.

וואס דארף איך מיך זארגן מער,
איך בין דאך באלד א מיליאנער.
זיין הצלחה האט אויפגעשיינט,
נאך שענער ווי ער האט געפלאנט.

ס'איז דורך זומער ווינטער,
דער סוחר יאגט זיך אונטער,
דערציילן ראקעפעלער גאר שטארק.
מיט שמחה שטראלט ער,
דעם זעלבן טשעקל האלט ער,
ער זוכט אים אין סענטראל פארק.

ער טרעפט אים אויף די וועגן,
ער קומט אים אקעגן,
מיט זיין קינד ער כאפט א שפאציר.
דער סוחר זאגט אים גלייך,
איך בין דיר שולדיג אסאך,
וועגן דיר בין איך געווארן א גביר.

מיט א פנים א בלאסע,
פארציילט די גאנצע מעשה,
דו האסט מיך געהויבן פון מיין שרעק.
מיינע צרות פארטריבן,
נאר צו זען געשריבן,
דיין נאמען ראקעפעלער אויפן טשעק.

דער קינד הייבט אן צו לאכן,
אזאלכע מאדנע זאכן,
שוין נאכאמאל די נארישע קוועלער.
מיין טאטע מאכט שפאס,
ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת,
ער רעדט איין מענטשן ער איז ראקעפעלער.

דער סוחר טראגט אפ גלייך פון שטח,
די גאנצע מעשה שוין ער זעט דאך.
נישט ראקעפעלער, נישט קיין טשעקל,
האט אים געהאלפן אפילו א ברעקל.

אבער אלע פאנטאזיעס,
א גוטע באווייז זי איז,
קיין דאגות נישט געהאט, ניין ניין,
ווייל ער האט א טשעקל, א גוטן רוקנביין.

אידעלע, וועק דיך אויף פון דרימל,
מיר האבן א גרויסע טאטן אין הימל.
דער שטערקסטער אנלאנער יעדע מינוט,
אזויפיל חסדים פאר אונז ער טוט.

אלע דאגות ווארף אוועק,
דו האסט דאך דעם בעסטן טשעק.
נאר מיט שמחה טאנץ אזוי,
ווייל אין עוד מלבדו.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection