Download PDF

שמע

ליפא שמעלצער

Original Track

שמעליפא שמעלצער5:51

שמע, הער צו,
ביינאכט, אינדערפרי,
פַּעֲמַיִם בְּאַהֲבָה.
די העכסטע תפילה,
יום כיפור ביי נעילה,
מ’שרייט די לעצטע שעה.

די נאכט פון ברית,
פאר דעם קינד א זכות,
מ’געבט דאס קיינמאל אויף.
דעם פסוק באנייען,
ווייל דאס וועט ער שרייען,
ביז ער גייט אין גן עדן ארויף.

שמע ישראל, השם אלוקינו,
השם, איין גאט, אחד.
שמע ישראל, השם אלוקינו,
השם, איין גאט, אחד.
איין גאט, הער שוין צו, שמע.

אין אייזערנע שטאנגען,
אין לייבן גרוב געפאנגען,
ער גייט אויף קידוש השם.
ער געבט א געשריי,
איך בלייב צו דיר געטריי,
מיין הייליג נשמה, נעם.

געבויגן צום ערד,
ביים האלז מיט א שווערד,
אויף קידוש השם ער גייט.
אין קייטלען געבונדן,
אין פייער אנגעצונדן,
זיינע לעצטע ווערטער ער שרייט.

שמע ישראל, השם אלוקינו,
השם, איין גאט, אחד.
איין גאט, הער שוין צו, שמע.

שמע ישראל, השם אלקינו, השם אלקינו, השם אחד.

אידעלע, געדענק,
אין גלות ווען ס’איז ענג,
צו שרייען צו גאט, אחד.

שמע ישראל, השם אלוקינו,
השם, איין גאט, אחד.
איין גאט, אחד.
איין גאט, הער שוין צו, שמע.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection