תחיית המתים
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ח) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)
אני מאמין, איך טו אין דעם אלעס גלויבן, אמת.
אז דער באשעפער פון אויבן, אמת.
ער וועט טאן אונזער שטרעבן,
און די מתים כוחות געבן,
און זיי וועלן נעמען לעבן, אמת.
און פארשטיין עס וועט נישט קיינער,
ווי די נפטרים יעדער איינער,
וועט באקומען הויט מיט ביינער, אמת.
און עס וועלן דאן פון הר הזיתים, אמת,
אנפאנגען צו גיין די מתים, אמת.
יעדער איינער מיט זיין פנים,
און מיט אלע זיינע סימנים,
פונקט אזוי ווי יעדער קאן אים, אמת.
יעדער איינער מיט זיין חסרון,
וואס מיט דעם איז ער נפטר געווארן,
און פונקט אויך אין די זעלבע יארן, אמת.
די מאמע וועט די קינדער יעדן,
אנווייזן דער באבען מיטן זיידן,
און דער זיידע דעם עלטער זיידן, אמת.
אבער די באבע מיטן זיידן,
געזען די קינדער אלע פון גן עדן,
און זיי רופן ביים נאמען יעדן, אמת.
דאס איז חיים, דאס איז ניסן,
יעדן איינעם טוט מען וויסן,
מען איז געווען אויף אלע ברית'ן, אמת.
דאס איז מלכה, דאס איז חנה,
דאס איז זלמן, און שושנה,
ביי די חופות איז מען געשטאנען, אמת.
און דער אויבערשטער וועט מאכן היילן, אמת,
אונטער דייטשלאנד און פוילן, אמת.
און פון דער ערד אויסוויילן,
פון די קדושים אלע טיילן,
און ער וועט זיי אויסהיילן, אמת.
עס וועלן אויפשטיין די מיליאנען,
און זיי וועלן זיך דערמאנען,
און זיי וועלן זיך דערקאנען, אמת.
און פון פרייד וועט פאלן טרערן,
און א גרויסער טומל וועט דאן ווערן,
און געשרייען וועט זיך הערן, אמת.
דאס איז דער טאטע, דאס איז די מאמע,
דאס איז יצחק, און נחמה,
אומגעקומען האט מען צוזאמען, אמת.
מען וועט זיך טרעפן מיט די נביאים,
די תנאים און אמוראים,
די ראשונים און אחרונים, אמת.
אלע גאונים און צדיקים,
דער בעל שם טוב מיט די תלמידים,
אנשי מעשה און חסידים, אמת.
