א אידיש הארץ
הערשי ראטענבערג
Original Track
א אידיש הארץהערשי ראטענבערג5:29
איך בין א קליין מענטשעלע, פלייש און ביין,
מיט געפילן געמישטע, אבער הער דיך איין,
איך האב א הארץ, א אידישע הארץ.
איך האב א הארץ, א אידישע הארץ.
איך האב א הארץ,
וואס פילט ווען ס’גייט דיר שווער.
איך האב א הארץ,
וואס וויינט ווען דו קענסט נישט מער.
איך האב א הארץ, וואס בעט און בעט פאר דיר.
איך האב א הארץ, א אידישע הארץ.
איך האב א הארץ, א אידישע הארץ.
