Download PDF

א הארץ וויי

מיכאל שניצלער

Original Track

א הארץ וויימיכאל שניצלער9:04

לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט (תשס"א)

פארט זיך א אידישע מאמע,
דאס הארץ פול מיט גליק איז,
ארויף קיין ארץ ישראל, צו זיין דעם יום טוב סוכות,
קיין ירושלים, דאס הייליג לאנד,
האט זי זיך פלוצלינג דערמאנט,
זי האט דאך דא גאר אן אלטן פריינט.

דאס הארץ טוט זיך ערוועקן און זכרונות מ’געדענקט,
אינאיינעם געלערנט, אינאיינעם פארברענגט.
שוין נישט געזען איר חבר'טארן,
העכער צוואנציג יארן,
זי האט דאך נעבעך קיין קינדער נישט געבארן.

זי האט געטון ווי געטראכט,
חול המועד די ערשטע נאכט,
איז זי ארויף צו איר אין שטוב, די פריינט באזוכן.

מ’טרעפט זיך, די שמחה איז גאר גרויס,
זי האלט א קינד אויף איר שויס,
און נאך א קליינטשיגס טוט נעבן איר ארומקריכן.
מיין טייערע פריינד, אויב איך מעג דיר,
פאר נייגעריגקייט, איין פראגע מוזן איך פרעג דיר.

שוין אזוי א לאנגע צייט נישט געזען,
איז אבער א שמועה געווען,
אז דו האסט קיין קינדערלעך געהאט די אלע יאר.
יעצט שטיי איך און איך שטוין,
נישט נאר איינס נאר צוויי שוין,
עס קוקט עפעס אויס ווי דו האסט א צווילינג גאר.

צי היטסטו פרעמדע קינדערלעך,
און זיי זענען גארנישט דיינע,
אדער קענסטו בעזרת השם שוין זאגן, יא, דאס איז מיינע.

מיין טייערע פריינט,
ביסט נישט די ערשטע וואס פרעגט די פראגע די,
נאר בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹוקִים בָּזֶה.

דאס זענען מיינע קינדערלעך,
און איך בין זייער מאמען,
אט הער נאר וויאזוי איך האב זיי, געהאט א צווילינג צוזאמען.

באלד פערציג יאר צוריק,
געב דיך נאר א דערמאנעלע,
געשפילט האט זיך א קינד מיט אונז, געהייסן האט זי חנה’לע.

געלערנט אין איין קלאס אינאיינעם,
אזעלכע פריינטליכע שכנים,
כ’האב איר געטון אן עוולה א קליינעם.

איך האב איר איינמאל וויי געטון,
איך האב עס גארנישט געמיינט,
חנה’לע איז אהיימגעגאנגען, און האט זיך זייער צעוויינט.

כ’האב איר נישט איבערגעבעטן צוריק,
געווען נאך א קינד, אזוי נישט קלוג,
אבער דער אויבערשטער, ער האט דאך צייט גענוג.

יארן זענען געלאפן ווי זכרונות,
כ’האב מיטגעמאכט עשר נסיונות.
צו זען א לעכטיג שעפעלע, בין איך נישט געווען ראוי.

א גרויס פארמעגן אויסגעגעבן,
געווען שוין ביי יעדן רבי’ן.
געגאנגען צו אלע קברי צדיקים,
אפילו צו רבי שמעון בר יוחאי.

מיינע טרערן און מיינע תפילות,
האבן נישט געמאכט קיין רעש,
איך האב מיך פון אן אייגן קינד אינגאנצן געווען מייאש.

כ’האב לעצטנס געטראפן אונזערס א פריינט,
זי האט מיך פון חנה’לען דערמאנט,
אפשר ווייל דו האסט איר וויי געטון, מיט אסאך יארן פריער.

איך בין צו חנה’לען אין שטוב ארויף,
חנה’לע, די טיר מאך מיר אויף.
איך בין אראפגעפאלן מיט געוויין, אויף דער ערד נעבן די טיר.

חנה’לע, זיי מיר מוחל,
איך ווייס ווי שווער די זאך איז,
איך וויל אבער א לעכטיג קינד, צו זען אביסל אידיש נחת.

איך האב אזוי געוויינט,
טרערן גערונען פון מיינע אויגן,
חנה’לע האט זיך אראפגעבויגן,
און האט מיך אויפגעהויבן.

זארג נישט, איך בין דיר מוחל, פון מיין הארצן גערן,
אויב ווענדט זיך דאס אין מיר, ביז א יאר וועסטו געהאלפן ווערן.

א יאר דערויף צו דער צייט,
האב איך א צווילינג געהאט.
דאס זענען די קינדערלעך, דאס איז מיין אידיש נחת.

פאר יעדן דערצייל איך די מעשה מיט מוסר,
מ’זאל וויסן ווי הארב ס’איז דער איסור,
וויי צו טון א איד, אפילו מ’מיינט עס נישט להכעיס.

חלילה מ’טוט א אידיש הארץ, מיט א ווארט וויי,
דער עונש אויף דעם איז אזוי גרויס, עס איז דאך גארנישט כדאי.

שֶׁנְדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ,
בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ.
נאר ארויפקוקן אויף יענעם,
צו זען די מידות די טייערע,
וועט זיין ימלא השם כל משאלותיך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection