Download PDF

אהבת ישראל

יונתן שווארץ

Original Track

אהבת ישראליונתן שווארץ9:38

גערוישן אין הימל, עס טוט זיך א טומל,
ווייל אידן האבן זיך פיינט.
ס'איז געקומען א צארן,
ס'איז חרוב געווארן, דאס הייליג לאנד.
ווען וועט אונז דער אויבערשטער פארטרויען,
דעם בית המקדש צוריק אויפבויען,
דענסט מאל, ווען ס'וועט זיין ביי אידן, אהבת ישראל.

באשעפער, דיין פאלק איז דאך ממש רחוק מפנינים,
מען זעט ביי זיי אזויפיל אהבת חנם.
בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב,
קוק ווי אידן האבן זיך ליב,
אזויפיל חסד אן א צאל, אהבת ישראל.

ווען א איד האט נאר ביי זיך א שטיקל פראבלעם,
און א צווייטער איד ווערט קוים געוואויר פון דעם.
אפילו ער קען אים נישט צו גוט,
נאר בלויז ווייל ער איז א איד,
איז ער מקיים גלייך אזוי, עָזוֹב תַּעֲזֹב עִמוֹ.

מיין ברודער, אויב ס'איז שווער,
עס פאלט דיר א טרער,
מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם.
איך וועל דיר געבן פון אלעם, מִבְּשָׂרְךָ אַל תִּתְעַלֵם,
כולנו בני איש אחד, בני השם.

קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר,
דיין צער איך שטיי און איך זע.
איך וועל דיר העלפן אצינד,
ווייל דו ביסט א אידיש קינד,
כל ישראל ערבים, ערבים זה לזה.

א איד מאכט חתונה א קינד,
און ער ווארט אויף וואונדער,
ער האט ביי זיך אין שטוב נאך צען קינדער.
ער פילט אז ער טאפט די ווענט,
געלט פון וואנעט מען נעמט.
מען טוט זיך פאר אים באמיען, מיט עזר נישואין.

יד עזרה, מפעל הלבשה, געט אים אלע זאכן,
גאליציאנע אונגארישע כולל, אלע מיני גמ"ח'ן.
ווער איז ער, פרעגט מען נישט קיין שאלה,
נאר מקיים זיין הכנסת כלה.
צום חתונה קומט ער ווי א מלך, לוסטיג און פרייליך.

מיין ברודער, אויב ס'איז שווער,
עס פאלט דיר א טרער,
מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם.
איך וועל דיר געבן פון אלעם, מִבְּשָׂרְךָ אַל תִּתְעַלֵם,
כולנו בני איש אחד, בני השם.

קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר,
דיין צער איך שטיי און איך זע.
איך וועל דיר העלפן אצינד,
ווייל דו ביסט א אידיש קינד,
כל ישראל ערבים, ערבים זה לזה.

א איד פאלט צאם, ער איז לא עלינו נישט געזונט,
חברת הצלה לויפט צו אים גלייך געשווינד.
צו העלפן ווערן זיי נישט אפגעשוואכט,
שפעט אינמיטן די נאכט.
שבת, יום טוב, און יום כיפור,
לֹא יְאוּמַן כִּי יְסוּפַּר.

חברת ביקור חולים לויפט ארום אין די שפיטעלער,
ארויסצוהעלפן יעדן קראנקן מיט זיין פעלער.
זיך זארגן פאר זייערע אינטערעסן,
צו ברענגען צו טרינקען און צו עסן,
מען ווינטשט אים א רפואה שלמה, בקרוב במהרה.

מיין ברודער, אויב ס'איז שווער,
עס פאלט דיר א טרער,
מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם.
איך וועל דיר געבן פון אלעם, מִבְּשָׂרְךָ אַל תִּתְעַלֵם,
כולנו בני איש אחד, בני השם.

קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר,
דיין צער איך שטיי און איך זע.
איך וועל דיר העלפן אצינד,
ווייל דו ביסט א אידיש קינד,
כל ישראל ערבים, ערבים זה לזה.

א קינד ווערט פארלוירן זייער טיף אין וואלד,
טויזנטער מענטשן לויפן גלייך אהין באלד.
אין די בלאטעס און אויף די וועג מען קריכט,
דאס פארלוירן קינד יעדער זוכט.
מען טראגט אהין חבילות רבות,
מען גרייט אן דארט א שבת.

דער באשעפער קוקט זיך צו, אויבן מִן שְׁמַיָא,
און ער זאגט, קוֹל בַּיַעַר אָנֹכִי שׁוֹמֵעַ.
ער זעט ווי קינדער טוען קלאגן,
זיידעס באבעס תהלים טוען זאגן.
די שערי שמים ווערן אפן,
דאס קינד ווערט געטראפן.

מיין ברודער, אויב ס'איז שווער,
עס פאלט דיר א טרער,
מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם.
איך וועל דיר געבן פון אלעם, מִבְּשָׂרְךָ אַל תִּתְעַלֵם,
כולנו בני איש אחד, בני השם.

קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר,
דיין צער איך שטיי און איך זע.
איך וועל דיר העלפן אצינד,
ווייל דו ביסט א אידיש קינד,
כל ישראל ערבים, ערבים זה לזה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection