Download PDF

אהבת ישראל

מרדכי ווערדיגער

Original Track

אהבת ישראלמרדכי ווערדיגער4:44

Cover Tracks

S0156 - אהבת ישראל - מרדכי בן דוד4:18

לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | אפשר לתקן (תשנ"ו)

דער מגידל פון קאזשניץ האט אמאל געזאגט,
ווען ליבשאפט פאר א אידל מען פארמאגט,
ווען איינער האלט דעם צווייטנ'ס האנט,
ווערט א קייטל איינגעשפאנט,
ביזן הימל, אונזער ליבשאפט עס דערטראגט.

דער הייליגער בעל שם טוב זאגט צו זיין חסיד, הער,
ליב האבן א איד, נישט קוקן ווער.
וויאזוי ער גייט, וויאזוי ער איז,
ליב האבן א איד מ’מוז,
ווייל ברענגען די גאולה קען נאר דער.

ליב האבן א איד אין יעדן מצב,
דער ראש הקהל, מוהל, צי דער קצב.
וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער,
זיינע וואונדער, באזונדער,
פאר יעדן האנט ביי האנט.

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל,
ווען ס’איז נאר דא אהבת ישראל.
און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען,
באקרוינען, צו וואוינען,
צוריק אין אונזער לאנד.

ר’ איציקל פון ווארקע זאגט אונז אין א שמועס,
ווען צוקער ווערט צעלאזט דאן ווערט עס זיס.
אזוי א איד, די זעלבע זאך,
מבטל זיין פאר איעדן גלייך,
מתיקות מיט אהבה זיך צעגיס.

דער רבי פון לובלין זאגט אז דער תנא אלוקי,
די סודות פון רבי שמעון בר יוחאי,
איז אלץ נאר ווייל די גרויסע לייט,
צו יעדן ביטול נאר געהאט,
דערפאר אזוי געשטיגן האבן זיי.

ליב האבן א איד אין יעדן מצב,
דער ראש הקהל, מוהל, צי דער קצב.
וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער,
זיינע וואונדער, באזונדער,
פאר יעדן האנט ביי האנט.

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל,
ווען ס'איז דא אהבת ישראל.
און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען,
באקרוינען, צו וואוינען,
צוריק אין אונזער לאנד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection