Download PDF

אחדות

יוסף משה כהנא

Original Track

אחדותיוסף משה כהנא5:07

לחן: אלי לויפער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ (תשס"ז)

לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
אידעלעך צוזאמען.
לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
ברידערלעך צוזאמען.

ס'איז דאך פשוט, ס'איז נישט שווער,
על רגל אחת, גארנישט מער.
מַה דְעֲלָךְ סַנְי, לְחֲבְרָךְ לאֹ תַעֲבִיד.
וואס דו גלוסט דיך, גלוסט ער זיך,
וואס דו ווינטשט דיך, ווינטשט ער זיך.
טשעפען יענעם איז נישט כדאי,
עס טוט אים אויכעט וויי.

אין ביזנעס, מיט שכנים, מיט יעדן איינעם,
במדת הרחמים.
אין חדר, כסדר, אין סקול, אלעמאל,
במדת הרחמים.
ברידער און שוועסטער,
דער קלענסטער און גרעסטער,
במדת הרחמים.
חברים, ידידים, פארשידענע חסידים,
במדת הרחמים.

געוועזן צוויי חברים,
אזוי נאנט אזוי געטריי.
א ליבשאפט אן הסברים,
געוועזן צווישן זיי.

איינער פון זיי אמאל איז ער,
אין קעניג'ס כבוד נישט געווען נזהר.
אלס מורד במלכות גע'משפט אים שטרענג,
אויפן בוים אים הענג.

ווי זיין חבר האט דאס געהערט,
לויפט ער און שרייט, ס'איז פארקערט.
אדוני המלך, איך בין עס געווען,
א טעות איז דא געשען.

אדוני המלך, זיי געדולדיג,
מיין חבר איז באמת נישט שולדיג.
מיר דארף מען הענגען פאר דעם,
נעם מיך אנשטאט אים.

דער קעניג, ער זעט עס,
ווי יענער בעט עס,
במידת הרחמים.
איך וועל ענק נישט שיידן,
איך באפריי ענק ביידן,
במידת הרחמים.
זייט נישט מסרב, צו ענק מיך מצרף,
צו זיין א חבר מיט ענק צוזאם.
אלס חבר א גוטער, זיין דער דריטער,
שבת אחים גם.

מיר זענען אלע גלייכע,
מ'טאר קיינעם נישט זיין דוחה,
ואהבת לרעך, כמוך.

לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
אידעלעך צוזאמען.
לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
ברידערלעך צוזאמען.

ס'איז דאך פשוט, ס'איז נישט שווער,
על רגל אחת, גארנישט מער.
מַה דְעֲלָךְ סַנְי, לְחֲבְרָךְ לאֹ תַעֲבִיד.
וואס דו גלוסט דיך, גלוסט ער זיך,
וואס דו ווינטשט דיך, ווינטשט ער זיך.
טשעפען יענעם איז נישט כדאי,
עס טוט אים אויכעט וויי.

דער באשעפער ער זעט עס, ווי ער בעט עס,
במידת הרחמים.
איך וועל מיך נישט שיידן, פון ענק ביידן,
במידת הרחמים.
איך בין נישט מסרב, צו ענק זיך מצרף,
אני אני אני השם.
ואהבת לרעך כמוך,
אני אני השם.

לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
אידעלעך צוזאמען.
לאמיר זיך האלטן צוזאמען,
ברודערלעך צוזאמען.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection