אל תדון
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
ס׳איז מאדנע, די מענטשנ׳ס אויפפירונגען,
וויאזוי קען א מענטש אזוינס טון.
כ׳פארשטיי ס׳איז פארהאן פיל מענטשן פון יעדן מין,
אבער, די שרעקליכע פאסירונגען,
וואס איך האב געהערט יעצט אויף אים,
ווי פירט ער זיך, וואו האט ער געלערנט, ביי וועם.
אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ, אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ,
עַד שֶׁתַּגִיעַ לִמְקוֹמוֹ.
אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ, אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ,
עַד שֶׁתַּגִיעַ לִמְקוֹמוֹ.
צי האסטו געהאט זיינע יונגע יארן,
צי האסטו בכלל די זעלבע נאטורן,
אין יענעמ'ס מצב שטענדיג לייג זיך אריין.
דו אין זיין שוך, וואו וואלסטו פארפארן,
מ׳דארף נישט געדענקען פון יענעמ׳ס חסרון,
מ׳קען דאך קיינעם קיינעם נישט דן זיין.
מענטשן קוקן ביי יענעם,
און אזוי מ׳פארגעסט שוין פון זיך.
וואס טוט זיך ביים צווייטן, מ׳קען באלד שרייבן א בוך.
דער צווייטער מאכט מיט א גיהנום,
און פונדרויסן עס איז נישט באקאנט.
ס׳גארנישט אומזיסט ער פירט זיך אויף אינטערעסאנט.
אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ, אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ,
עַד שֶׁתַּגִיעַ לִמְקוֹמוֹ.
אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ, אַל תָּדִין חֲבֵרְךָ,
עַד שֶׁתַּגִיעַ לִמְקוֹמוֹ.
צי האסטו געהאט זיינע יונגע יארן,
צי האסטו בכלל די זעלבע נאטורן,
אין יענעמ'ס מצב שטענדיג לייג זיך אריין.
דו אין זיין שיך וואו וואלסטו פארפארן,
מ׳דארף נישט געדענקען פון יענעמ׳ס חסרון,
מ׳קען דאך קיינעם, קיינעם נישט דן זיין.
פון נישט זען קיין שלעכטס האט קיינער נישט שאדן,
וואויל איז פאר דער וואס געדענקט אל תדין.
א איד קוקט נאר גוט סיי וויאזוי מ׳איז.
לאמיר נאר יענעם דערהייבן און לויבן,
דאן וועט אונז דער גרויסער באשעפער פון אויבן,
דן זיין לכף זכות.
