Download PDF

גמילת חסדים

יום טוב עהרליך

Original Track

גמילת חסדיםיום טוב עהרליך10:06

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשל"ט) | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש (תשפ"ג)

דער בעל שם טוב איז אמאל,
געגאנגען איבער בארג און טאל,
און געקומען אין א שטאט,
וואס מען רופט איר בראד.

איינמאל אין א גאס גייט ער,
און ער קוקט זיך הין און הער,
זעט ער גייט א איד אין וועג,
און טראגט שווערע פעק.

איינגעבויגן, אראפגעלאזט די אויגן,
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג.
יעדער טוט אים זאגן, געזונט זאלט איר טראגן,
געזונט זאלט איר זיין, ענטפערט ער צוריק.

דער בעל שם טוב זעט זיין פנים,
פול מיט הייליגע סימנים,
פון זיין שטערן שיינען ווי צוויי ליכט.
ער קען זייער גוט די בליקן, פון די ל"ו צדיקים,
ער האט נישט געזען אט דעם געזיכט.

ער נעמט פרעגן דעם און יענעם,
יעדער איינער טוט אים קענען,
דאס איז הערשל, ווייסן קליין און גרויס.
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן,
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן,
און פארקויפט און האלט די ציגן אויס.

דעם בעל שם טוב טוט פארדריסן,
וואס פון איד ער טוט נישט וויסן,
און ער פאסט און ביים באשעפער בעט.
ליבער טאטע, טו מיר זאגן,
וואס דער איד ער טוט פארמאגן,
וואס פון שטערן שטראלן צוויי מען זעט.

לערנען זאגט מען, קען ער גארנישט,
דאווענען אפשר אויך א האר נישט,
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין.
דער באשעפער טוט אים הערן,
און ער טוט אים העלפן גערן,
זיין בקשה טוט ממלא זיין.

דורכגעלאפן א צוויי טעג,
דער בעל שם טוב גייט אין וועג.
פלוצלינג זעט ער איין מיט פרייד,
אט ר׳ הערשל גייט.

הערשל, זאגט ער, הער מיך אויס,
איך בין אפגעשוואכט דורכאויס.
מילך אביסל פון א ציג,
כוחות ברענגט צוריק.

הערשל הייבט די אויגן, א שמייכל אויסגעצויגן,
קום, זאגט ער, ר' איד צו מיר אין הויז.
איר וועט דארטן קריגן, מילך פון מיינע ציגן,
און ווער עס טרינקט עס, ער היילט זיך תיכף אויס.

ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל,
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל,
שטייט דארטן א חורבה אין א זייט.
ארום בלאטע, בערג מיט שטיינער,
פוילע קלעצער, אלטע ביינער,
הערשל דארטן וואוינט די גאנצע צייט.

אין הויז א קנאפע פארגעניגן,
שפרינגען אויף אים אלע ציגן,
לעקן אים און קושן אים מיט פרייד.
הערשל נעמט זיך גלייך א קריגל,
און ער מעלקט זיך אויס א ציגל,
גיט און זאגט, אויך טרינקט געזונטערהייט.

דער בעל שם טוב קען נישט רעדן,
ס'האט די מילך טעם גן עדן,
הערשל, זאגט ער, איך בעט דיר, הער מיך אויס.

עס מעג אפילו דיר פארדריסן,
נאר דעם סוד מוז איך היינט וויסן,
וואס ביי דיר פון פנים שיינט ארויס.

הערשל שמייכלט, מיינע שונאים,
וואס מען זעט שוין אין מיין פנים,
איך האב מיין פנים קיינמאל נישט געזען.

נאר אז איר האט גרויסע אויגן,
וועל איך קיין זאך נישט פארבויגן,
און אייך זאגן וואס עס איז געשען.

איך האב אמאל געהאט א פרוי,
אן ערליכע געווען אזוי.
אירע יארן טאג און נאכט,
פון זיך נישט געטראכט.

שטענדיג נאר געטראכט זי האט,
פון די קראנקע פון די שטאט.
און פאר די ארעמעלייט,
געשענקט איר גאנצע צייט.

געטראגן זיי עסן, קיינמאל נישט פארגעסן,
געזען עס זאל נישט פעלן זיי קיין זאך.
מען פלעגט דערזען איר גייען, פלעגן זיך זיי פרייען,
און ברכות פלעגט זי אנקלייבן אסאך.

איינמאל איז דער טאג געקומען,
און מען האט איר צוגענומען,
אוועק איז איר נשמה אין דער הויך.
און איך בין געבליבן איינער,
טרייסטן נישט געקומען קיינער,
און איך האב געוואלט גיין מיט איר אויך.

איך האב נישט געקענט פארגעסן,
נישט געטרונקען, נישט געגעסן,
אויסגעדארט, געווארן הויט און ביין.
און אין ערגעץ נישט געגאנגען,
און צוביסלעך אויסגעגאנגען,
איך האב נישט געוואלט מער זיין אליין.

און ביינאכט האט עס געטראפן,
האלב געדרימלט, האלב געשלאפן,
און אפשר איז געווען עס אויפ׳ן וואר.
איז מיין פרוי צו מיר געקומען,
און האט רעדן שטיל גענומען,
און איך זע און הער איר אזוי קלאר.

הערשל, זאגט זי, דארפסט נישט קלאגן,
הער אויס וואס איך וועל דיר זאגן,
עס איז דארטן בעסער פיל ווי דא.
נאר מען דארף איין זאך געדענקען,
מען דארף מיט זיך עפעס ברענגען,
דאס געפינט זיך אויף דער וועלט נאר דא.

ווען דו ביסט אין פעלד אוועק,
איז באפאלן מיר א שרעק.
קומט א מלאך און זאגט מיר,
מען רופט צום בית דין דיר.

און מיין הארץ איז פול מיט קלעם,
ווייל איך האב געהערט פון דעם,
אז מען פייניגט דארט אסאך,
פאר יעדע קליינע זאך.

איך בין אריין געקומען,
זיך אומקוקן גענומען,
עס קומען פנימ׳ער באקאנט צו מיר.
די ארעמע פון שטעטל,
די קראנקע מיט׳ן בעטל,
וואס איך פלעג זיי העלפן אן א שיעור.

און מען האט גענומען ריידן,
פירט איר תיכף אין גן עדן,
און דער שענסטער ארט באלאנגט צו איר.
זי האט קיינמאל נישט פארגעסן,
ברענגען טרונקען, ברענגען עסן,
און געזארגט זיך פאר אונז אן א שיעור.

עס האט געדונערט, עס האט גערעגנט,
האט מען שטענדיג איר באגעגנט,
מיט א פעקל גיין פון הויז צו הויז.
פרייען זיך אלע דיינים,
אלע שמייכלען מיר אין פנים,
און מיין כבוד איז געוועזן גרויס.

מלאכים פיל זענען געקומען,
מען האט פירן מיר גענומען,
אין גן עדן פירט מען מיר אריין.
איך קען דיר גארנישט איבערגעבן,
ווי געשמאק דא איז דער לעבן,
און איך וויל אויך דיר זאל אזוי זיין.

מארגן זאלסטו גיין און קריגן,
ברענג אין הויז עטליכע ציגן,
און אליין די מילך מעלק פון זיי אויס.
און געפין ביי מיר א צעטל,
אלע קראנקע פון דעם שטעטל,
פרישע מילך זאלסט ברענגען זיי אין הויז.

און אזוי האב איך געטאן,
און די מעשה גייט שוין אן,
פון דער פטירה פון מיין פרוי,
יארן לאנג אזוי.

שטענדיג בין איך אויפן וועג,
און איך טראג די שווערע פעק,
און די מילך איך טייל מיר אויס,
וואו מען דארף דורכאויס.

אידן טוען לאכן,
איך טו זיך גארנישט מאכן,
מען גריסט זיך און איך ענטפער זיי צוריק.
עס פרייען זיך די אידן,
בין איך אויך צופרידן,
און מיר ארט נישט אז מען רופט מיר ציג.

און נעכטן, הערשל זאגט מיט ציטער,
איז מיין פרוי געקומען ווידער,
און זאגט מיר, הערשל, הער מיר אויס.
מארגן קומט דיר ווער אנטקעגן,
ציגן מילך וועט ער דיר פרעגן,
זאלסט אים פירן תיכף אין דיין הויז.

געב אים מילך, עס זאל אים היילן,
און דעם סוד זאלסט אים דערציילן,
און ער וועט דיר ברענגען זייער הויך.
דו וועסט האבן פארגעניגן,
צו די ל"ו צדיקים,
וועט ער דיר אריין נעמען דאן אויך.

דער בעש"ט פרעגט פון אויבן,
דער באשעפער טוט ערלויבן,
הערשל ווערט אויך פון די ל"ו.
טאג און נאכט קומט צו אים איינער,
און עס ווייסט נישט פון דעם קיינער,
און ער לערנט מיט אים אן א סוף.

הערשל האט א ברען באקומען,
און האט לערנען פיל גענומען,
נגלה, נסתר, אלץ איז פאר אים קלאר.
די ארבעט, אבער, מילך צו טראגן,
האט ער נישט געוואלט אפזאגן,
און געטראגן אלע זיינע יאר.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection