די גאלדענע רענדל
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: ר' בנציון שענקער, עממי | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע (תש"ע)
אין א שווערע תקופה, הונגער און נויט,
נישטא פרנסה, קוים א שטיקל ברויט,
זיצט ר' מענדל מיט דאגה,
קרעכצט אויף זיין לאגע,
מה נאכל? פרעגט ער איר א פראגע.
זאגט זיין פרוי, מיר האבן א מטבע געשפּארט,
גענוג צו לעבן אויף א גאנצע יאר,
דאגה נישט מענדל,
בארואיגט אים גענענדל,
אין שאפע ליגט א גאלדענע רענדל.
איין טאג, דער מצב ווערט, ערגער און ערגער,
מענדל קריכט, ביים שאפע זוכט,
דעם גאלדענעם רענדל,
מיואש ער ווערט, פלוצלונג טריט ער הערט,
זיין יאסעלע מיט צוקערלעך צוריקגעקערט.
פארוואונדערט, טאטע מאמע, פרעגן צוזאמען,
יאסעלע, פון וואו טוען, די צוקערלעך שטאמען,
ער דערציילט אפן, אין שאפע א מטבע געטראפן,
מיט דעם צום געשעפט קויפן צוקערלעך געלאפן.
די מאמע לויפט, צום געשעפטסמאן שטויבער
און שרייט צעקות,
פון איבעראל מ'קומט זיך צאם, מ'מיינט ס'גייט מכות,
זי שרייט, ביסט א שרעקליכער רויבער,
און יעדער קוקט אויף שטויבער,
אז ער איז א גנב זייער פסק איז עס.
אבא שטויבער שרייט, הערט מיין סיפור,
באקומען האב איך א מטבע'לע פון קופער,
ס'איז אפשר ווערד אפאר סענט,
איך זאג ענק צו הונדערט פראצענט,
אז דאס האט געהאלטן יאסעלע אין זיין הענט.
מ'לויפט צום בית דין ביידע צדדים אויסהערן,
בית דין פסק'נט, אז שטויבער דארף צו שווערן,
שטויבער זאגט, איך שווער באלד,
ר' מנדל ציטערט, ס'איז פאלש, געוואלד!
מוותר די שבועה, די רענדל ביי דיר האלט.
א רעש אין שטאט,
דער גנב האט כמעט פאלש געשוואוירן,
זיין גוטע נאמען האט מר שטויבער ביי יעדן פארלוירן,
א שמועה גייט ארום, קרעמלעך אומעטום,
שוין לאנג געוואוסט אז ער איז קרום.
קיינער גייט נישט, צו זיין געשעפט, מ'קויפט גארנישט,
ס'איז דא אפילו אזעלכע וואס שרייען מ'טאר נישט,
ער ליידט צרות ליידער, מ'רודף'ט אים כסדר,
מ'טשעפעט זיינע קינדער אין חדר.
וואו ער גייט ווייזט מען אן אויף אים מיט די פינגער,
שווערע צייטן ביי אים אין שטוב, ס'ווערט א הונגער,
ס'האט נישט געדויערט לאנג, ער איז געווארן קראנק,
און נעבעך אוועק פון צער און פון שרעק.
יארן שפעטער קומט א בריוול אויף פּאסט,
פון א יונגערמאן וואס האט די שטאט פארלאזט,
ר' מענדל הייבט אן ליינען, ס'קומט אים צו וויינען,
ס'טרייסלט אים, דערמאנט זיך זכרונות.
שרייבט דער יונגערמאן אלה הדברים,
איך בין געווען זייער זייער ארעם,
א שטוב פון קינדער זעכצן,
כ'האב נאר געקענט קרעכצן,
גלייב מיר איך בין געווען א אונס.
איך זע א אינגל מיט א גאלדן מטבע,
מסתּם ביי זיי א רחבות א מחיה,
בי מיר אזא שעת הדחק,
ביי זיי א לוקסוס א געשמאק,
ס'וועט זיין א הלוואה, פסק'ן איך דעם פסק.
איך גיי צו אינמיטן גאס, ווען עס טוט זיך רוישן,
איך פארשפּיל אים, איך טו די מטבעות טוישן,
די גאלדענע גענומען, א קופערנע האט ער באקומען,
ביי א קינד ביידע מטבעות שטימען.
יעצט עס איז אריבער די אלע יארן,
איך האב צוביסלעך מצליח געווען געלט אפשפארן,
זיי מיר מוחל מענדל,
אינעווייניג פארקניפט אין בענדל,
שיק איך דיר צוריק די גאלדענע רענדל.
געזאגט א צדיק אז די אלע,
קומען פארן בית דין של מעלה,
ר' אבא שטויבער א צדיק, מ'שרייט הוּא זַכַּאי,
אין גן עדן בְּצֵל שַׁקַ"י.
ביי ר' מענדל האט אויסגעזען פשוט,
אז ר' אבא איז אין גניבה חָשׁוּד,
מוותר די שבועה, ער זאל נישט ווערן נכשל,
וְלִפְנֵי עִוֵר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל,
אפילו דער ארעמער יונגערמאן,
קען מען אויף אים מליץ יושר זיין,
האט א יולדת מיט הונגעריגע זעכצן נפשות,
ווי מעג מען פרעגן קשׁיות.
אבער די מענטשן ארום,
געוואלט זיין פרום,
מיט מחלוקת זיך סתם אריינגעמישט,
אוי, א איד נעבעך געפייניגט,
נאך געהאט פון דעם תענוג,
קיין שום תירוץ האבן זיי נישט.
אוי, ווער איז דער גערעכטער,
ווער איז דער שלעכטער,
ווער ווייסט וואס דער אמת איז,
לאז רבנים זיין עוסק,
דו זיי נישט קיין פוסק,
הוי דן לכף זכות.
הוי דן את כל האדם לכף זכות.
