Download PDF

דער כח פון אחדות

יוסף משה כהנא

Original Track

דער כח פון אחדותיוסף משה כהנא5:12

לחן: ר' יוסף צבי ברייער | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 2 (תשע"ו)

ווען אידישע קינדער זיצן צוזאמען,
ביי די שיינע לעכטעלעך דאס הארץ זיך אנווארעמען.
יעדע נשמה וועקט זיך אויף,
הֶבֶל פִּיהֶם זייער שירה גייט צוזאמען ארויף.

מַלְאָכִים וּשְׂרָפִים קוקן מיט קנאה,
זייערע פנימ'ער לייכטן מִזִיו הַשְׁכִינָה.
בְּנֵי הֵיכָלָא דִכְסִיפִין, וואס גלוסטן זיי,
צו דינען צו לויבן לְקֵל חָי.

מ'קען זיך נישט געזעגענען, מ'וויל נאך און נאך,
מ'דארף האבן כח אויף א גאנצע וואך.
כח צו לערנען, נישט ווערן מיד,
כח צו דאווענען, א טובה טון א איד.

אוי הייליגער באשעפער, מיין הארץ מאך ריין,
די שוועריגקייטן העלף מיר אריבערצוגיין.
ווען מען שטייט ביים ארבעט,
אדער אין גאס מען גייט,
דער ניגון פון שבת דעם איד באגלייט.

ווען אידן טאנצן א רקידה'לע צוזאמען,
מ'הייבט זיך א טפח פון ערד, די פנימ'ער עס פלאמען.
די הענט אינאיינעם, די מח איז פארקלערט,
ביזן כסא הכבוד איין האנט עס ווערט.

יעדער איינער טראכט פון זיינע בקשות,
ס'איז דא צווישן עולם צעבראכענע נפשות.
איינער פרנסה און איינער געזונט,
דער וויל זען נחת פון זיין קינד.

מיטן כח פון אחדות פועל'ט מען אויס,
מ'ווייסט נישט אין וועמענס זכות מ'גייט ארויס.
שווערע גזירות ווערן איבערגעקערט,
אפילו חלילה אויב איינער איז נישט ווערט.

דער באשעפער זייער תפילה נישט מסרב,
אז מען האלט זיך אינאיינעם איז ער זיך מצרף.
פון איין שורש מיר אלע שטאמען,
מ'דארף זיך נאר האלטן צוזאמען.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection