Download PDF

דער שידוך

מיכאל שניצלער

Original Track

דער שידוךמיכאל שניצלער7:34

אין די שטאט שְׁרַעֲבּ, חידושים שרייבט,
דער הייליגער צדיק, פון די גרעסטע נעמען.
זיין נאמען מאכט א רעש,
דער הייליגער רשש.

תורה וגדולה, מיט טאשן פולע,
א שם דבר אין גאנץ יעמען.
א רבי מָתוּק מִדְבַשׁ,
מיט חכמה און מיטן טאש.

ווען די רייע צעגייט,
שטייט א איד א יעמענייט,
און בעט זיך ביים רבי’ן וואס בארגט און לייט.
רבי, דער מצב איז געדריקט,
כ’האב קיינמאל נישט גענוג.

זאגט דער רבי, איך פרעג נישט וואס און ווען,
קום איך וועל דיר בארגן, אויב נישט איך, ווער דען.
געב עס מיר נאר צוריק,
אין דריי מאנאטן, דאנערשטיג.

אונטערן שלאק, מיט א נייעם האק,
טאק, טאק, טאק, אזוי געשמאק.
פול מיט שיך, א גאנצע זאק,
שטייט דער שוסטער מיט א נייע פראק.

מער נישט א שלאך, א העמד אן א לאך,
יעדע וואך, ווערט שטערקער דאס גערוך,
פון פרישע לעדער, נאך און נאך,
אויך מנדב אין שול די שמן זית זך.

ס’דורך א מאנאט און נאך א מאנאט,
דעם שוסטער'ס ווארט איז אקוראט.
שפירט זיך ווי א העלד,
ער האט דאס גאנצע געלט.

ער לאזט איבער דעם שוק,
ס’איז היינט דאנערשטיג,
לויפט צום טיר פון גרויסן מנהיג.
הייליגער רשש,
מיין חוב שוין אפוואש.

דער הייליגער איד,
שפירט דאך נישט קיין גליד,
זיין קאפ אין די גמרא וואו די שכינה רוט,
ווייזט מיט די האנט,
און דער שוסטער שנעל ער שפאנט.

דער צדיק אן א משרת,
נעמט אן די שטרות,
באהאלט עס שנעל צווישן די גמרות.
ש'כח, ער אויסרופט,
און אין די גמרא זיך פארטיפט.

איין שיינעם טאג, דער רשש זיך דערמאנט,
דער שוסטער איז מיר שולדיג געלט,
און שלעפט מיר ביז היינט.
גיך ער לויפט אליין,
צו דעם שוסטער אינדערהיים,
געב מיר מיין געלט, באצאל דעם חוב.

רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט,
ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט.
רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט,
ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט.

רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט,
ניין, ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט,
רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט,
ניין, ניין, ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט.

יא, כ’האב שוין געגעבן דאס געלט,
ניין, דו האסט נישט געגעבן דאס געלט.

געב צוריק דאס געלט דעם רבי’ן,
דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט.
געב שוין אפ דאס געלט דעם רבי’ן,
דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט.
געב צוריק דאס געלט!

ס’איז גרויסע בושות.

עס שמעקט שוין נישט פון לעדער,
ערגעץ אנדערש גייט שוין יעדער,
ווייל דער רשש זאגט זיכער דעם אמת.
קינדער אין שידוכים,
אין דותן קען מען זוכן,
ווייל פארשמוצט נעבעך דער שם איז.

דער שוסטער וויל צאלן גערן,
אנשטאט די טרוקענע טרערן,
אבער א נאמען קען מען נישט צוריקקויפן.

ס’איז דערנאך.

די בושה שוין איך נעם עס,
אבער כאטש דעם אמת,
זאל איך קענען אויפווייזן אויף עפעס אן אופן.
באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אן אופן.

אוי באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אן אופן,
אוי באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אן אופן.

ויהי היום, דער הייליגער רשש,
איז זיך מפלפל מיט די שיירא.
מען שלעפט אראפ א שולחן ערוך,
און מען ברענגט ארויס א גמרא.

מישנדיג די בלעטער, בלאט נאך בלאט,
הייבט זיך אן, ס’איז גרויסע צרות.
איך זע כ’האב א טעות געהאט,
דא ליגן אלע שטרות.

וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער,
וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער.
ביי זיך אין שטוב גאר בלאס,
ער גייט קוים אויף די גאס.

וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער,
וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער.
זעסט מיין אויגן איז נאס,
כ’על צאלן יעדע פרייז.

וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער,
וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער,
זיי מיר מוחל שוין,
איך געב דיר כל הון.

איך בעט דיך, ליבליכער שוסטער,
איך בעט דיך, טייערער שוסטער,
דעם שוסטער'ס אויגן איז נאס,
ס’העלפט נישט קיין פרייז.

איך קען נישט רבי, כ’קען נישט.

כ’וועל מודיע זיין די גאנצע גאס,
אז דו ביסט ריין און ווייס.

רבי, כ’קען נישט, כ’בין פארשמוצט איבעראל.

כ’וועל האלטן א שיעור לכל עדת,
ס’איז א טעות געווען די גאנצע כעס.

רבי, ס’איז דערנאך,
מיין נאמען איז אש.
שווערער ווי א יאך,
כ’האב נישט באצאלט דעם רשש.

ס’איז ביטער ווי א גאל,
מיין זון איז גארנישט יונג.
מ’זוכט שוין איבעראל,
שידוכים איז נישט גרינג.

אויב אזוי, הער דו מיך אויס,
איך האב א טאכטער, א טייערע רויז.
איך געב איר אהין דיין זון צו בויען א הויז,
צי ביסטו מיר מוחל בלב שלם.

אזוי? בין איך זיכער מוחל.
מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

אין די שטאט שרעב,
א נייע מאן און ווייב,
קיינער מער ליצנות טרייבט.
דער גדול פון שטאט,
מיטן שוסטער פשוט און גראד.

דער הייליגער רשש,
האט געמאכט א רעש,
און אזוי געוויזן לכל אנש,
וויבאלד איך האב אים פארשעמט,
אלס א מחותן נעם איך אים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection