Download PDF

האב ליב א אידן

אברהם מרדכי שווארץ

Original Track

האב ליב א אידןאברהם מרדכי שווארץ5:47

האב ליב א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, ליב האבן.
טו א טובה פאר א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, א טובה טאן.

זיי מקרב א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, מקרב זיין,
מקרב זיין,
מקרב זיין צו זיך.

האב ליב א איד באמת באהבת נפש,
אזוי ווי דו האסט ליב דיר אליין,
יא יא כמוך, אזוי ווי דו טוסט זיך אייביג פארשטיין.

טו א טובה פאר א איד,
קום אים שנעל אקעגן מיט הילף,
וואס ער דארף, ווען ער דארף.

קום ברודער, איך בין דא פאר דיר.
דיין הארץ איך שפיר,
אן אפענע טיר, האסטו ביי מיר.

זיי מקרב א אידן מיט א גוטע חיזוק ווארט,
ברענג אים נענטער צו די ערליכע,
תורה'דיג, מסורה'דיג, זיסע אידישע וועג,
וועט דער באשעפער דיר אויך,
מקרב זיין,
אוי מקרב זיין צו זיך.

האב ליב א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, ליב האבן,
טוה א טובה פאר א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, א טובה טאן.

זיי מקרב א אידן,
וועט דער באשעפער דיר, מקרב זיין,
מקרב זיין,
מקרב זיין צו זיך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection