Download PDF

ווארקע

אברהם מרדכי שווארץ

Original Track

ווארקעאברהם מרדכי שווארץ8:18

לחן: אנטשי פריעדמאן | מילים: אנטשי פריעדמאן, אברהם מרדכי שווארץ | אפריון (תשפ"ד)

ביים הייליגן ווארקער קומט א חסיד אריין,
רבי, מיין קינד איז אין א שווערע מצב פארהאן,
דאקטוירים האבן שוין אינגאנצן אויפגעגעבן,
רבי, בעט פון הימל ער זאל בלייבן לעבן.

דער רבי פארמאכט זיך די הייליגע אויגן,
און זאגט אז ס'איז ליידער פארמאכט אלע טויערן,
איך קען דיר נישט העלפן מיט דיין זון,
אבער איין זאך קען איך טון.

איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר,
איך קען פילן דיין צער און דיין מי.
איך קען דיר נישט לאזן אליין,
איך וויל מיטהאלטן דיין געוויין.

איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר,
איך קען פילן דיין צער און דיין מי,
איך קען דיך נישט לאזן אליין,
איך וויל מיטהאלטן דיין געוויין.

צעבראכן, פארקלעמט, גייט דער חסיד ארויס,
וואס וועט דא זיין, איך האלט עס מער נישט אויס.
אבער דער רבי אין ווינקל דארט פארטרערט,
א גוטע בשורה פון הימל ער הערט.

די פערדן לויפן שנעל ארויס אויף די וועגן,
דער רבי לויפט נאך, קומט דעם חסיד אנטקעגן.
טייערער איד, הער וואס כ'האב געזען,
א שינוי לטובה אט גייט דא געשען.

אין דעם זכות וואס איך האב געשפירט דיין צער,
האט זיך אין הימל געעפנט דעם שער.
א רפואה וועט קומען פאר דיין קינד,
ער וועט בקרוב זיין געזונט.

ווייל געוויינט האב איך צוזאמען מיט דיר,
און מיטגעפילט דיין צער און דיין מי,
איך האב דיר נישט געלאזט אליין,
ביזן אייבערשטן איז ארויף אונזער געוויין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection