יענער
ליפא שמעלצער
Original Track
אינדערהיים און ביי שמחות,
און וואו נאר עטס קענטס,
מאכט מען נאך יענעם,
כאטש עס מאכט נישט קיין סענס.
צו לעבן פאר זיך, ווער וויל היינט נעמען א טשענס,
ווי טו איך אזוי, ווען יעדער איינער טוט יענס.
שכנים און פריינט, פאמיליע געוויס,
און פאר זיי אלע זיך געפעלן מ’מוז.
עמך אידן, שיינע אידן, מיט די פראבלעם,
פארטייען און מוסדות,
ליידער ליידט איעדער פון דעם.
וואס איז שענער, אוי וואס זאגט יענער,
דו, הער אויף, הייב אן לעבן פאר זיך.
יענעמ’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין,
ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך.
וואס איז שענער, אוי וואס זאגט יענער,
דו, הער אויף, הייב אן לעבן פאר זיך.
יענעמ’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין,
ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך?
ווער בין איך?
וואס זאל איך קויפן? וועלכע סטייל?
אז יעדער זאל מיר שענקען א סמייל.
היט, גלעזער, שיך, מ’זאגט אז ס’איז זיס,
ס’איז שווער פאר די אויגן,
ס’וועגט די קאפ, ס’דריקט אויף די פיס.
ווער איז דער יענער, איך זוך אים שוין לאנג,
וואס יעדער איינער לויפט אים נאך אין א גאנג.
פון וואו קומט דער סיסטעם, ס’גייט אן א גבול,
פירן דאס לעבן פינקטליך וויאזוי יענער וויל.
ווער איז יענער, ביי פרויען, מענער,
וואס איז קוֹבֵעַ אלץ וואס טוט זיך ביי מיר.
יענעמ’ס דֵעָה לאז גיין, פרעג דיר אליין,
וואס קען איך, וואס טו איך, וואס וויל איך.
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער,
אז יעדער זאל לעבן פאר זיך.
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין,
ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך.
פאר יענעם טוט מען נאר דאס,
נאכלויפן די מאדעס,
און פארדעם איך האב עס,
געשריבן אין מעלאדעס.
זיך אפלערנען איך לאז דאס,
אויסזינגען פארדעם איך טו עס.
יעצט ענדיג איך די שיחה,
הייבט אן א מלוכה,
מאכט א נייע פּתיחה,
א לעבן במנוחה.
שְׁאַל, שְׁאַל אָבִיךָ,
טראכט נישט מער מַה יֹאמְרוּ הַבְּרִיוֹת.
וואס איז שענער,
איי וואס זאגט יענער,
הער שוין אויף, הייב אן לעבן פאר זיך.
לעב שוין אליין, פאר זיך אליין,
ווער ביסטו? ווער בין איך? ווער ביסטו?
יא, ס’איז שענער, ווען אויכעט יענער,
הייבט אן ענדליך צו לעבן פאר זיך.
יענעמ’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין,
ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
ווער ביסטו?
