Download PDF

מי כעמך ישראל

מרדכי ווערדיגער

Original Track

מי כעמך ישראלמרדכי ווערדיגער5:16

Cover Tracks

S0170 - מי כעמך ישראל5:37
S0170 - מי כעמך ישראל - מרדכי בן דוד5:49

לחן: מונה רוזנבלום | מילים: הרבנית מריבניץ | די אידיש קאלעקשאן (תשס"ז)

גערוישן אין הימל, עס טוט זיך א טומל,
מלאכים מיט קנאה.
זיי ווילן פארשטיין, וויאזוי פלייש און ביין,
האט דערגרייכט אזא בחינה.
זיי פרעגן ביים בורא, ווי קען דען דאס זיין,
אז אדם דער מענטש, האט ביי דיר אזוי חן.
וואספארא זכותים, פאר אזעלכע ניסים,
זאג אונז אליין.

קומטס און זעטס אליין,
די שבחים פון מיין ליבן קינד.
תינוקות של בית רבן,
הייליג, לעכטיג, אן א זינד.

און קוקטס, א אידעלע דארט לויפט,
נאך א מצוה'לע ער קויפט.
יהא שמיה רבא, הערטס ווי שיין,
זיי שרייען נאך אמן.

דורות, שיינע אורות,
זיי באלייכטן דאך מיין וועלט.
שמחה, קדושה מיט טהרה,
דאס וואס מיר געפעלט.

אני מאמין מיט א ברען,
זינגט מען אויף קידוש השם.
דער הסתר פנים אזוי גרויס,
ווי האלטן זיי דאס אויס.

מיין קינד, אוי ס'איז שווער,
עס פאלט דיר א טרער.
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע.

כ'האב דיך ליב אן א מאס,
אן א שיעור, אן א צאל,
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד,
מיין ליבער פאלק ישראל.

קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר,
איך ווייס ווי דיין הארץ, אוי עס בענקט.
שוין טויזנטער יאר,
אויך ביי מיר בענקט זיך גאר,
אחותי רעיתי, מיין אייביגע פּאר.

אידן דעות פיל,
פארשידן, יעדער זיין דערהער.
אינאיינעם דינען זיי מיך,
אך, א שיינע מיליטער.

נו מלאכים, זינגט ברינה,
גענוג שוין צער השכינה.
עס איז געקומען יעצט די צייט,
משיח איז שוין גרייט.

גערוישן אין הימל, עס טוט זיך א טומל,
מלאכים זינגען שירה.

זיי טאקע פארשטיין, ווי פלייש און ביין,
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה.

גערעכט איז דער בורא, זיי האבן ערליך פארדינט,
זיי היטן די תורה, ריין אן א זינד.
אזא הייליג פאלק, מיר זענען נתפעל,
מי כעמך ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection