צוויי ברידער
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | טוב לי - לוי פאלקאוויטש (תשל"ט)
אין ארץ ישראל, מיט יארן טויזנטער צוריק,
דער בית המקדש איז נאכנישט געווען.
אידן האבן געלעבט צופרידן, פול מיט גליק,
און קיין צרות האט מען נישט געזען.
אין א פעלד פון פרוכט און תבואה גאר אסאך,
געוואוינט האבן צוויי אידן דארטן שיין.
אין איין זייט א ברודער, א פרוי מיט פילע קינדערלעך,
אין צווייטן זייט א ברודער גאנץ אליין.
דער פעלד באלאנגט צו זיי,
צו די ברידער צוויי,
און ער איז צעטיילט אויף טיילן גלייכע.
דער ברודער וואס אליין,
די הוצאות זייער קליין,
איז ער זיך געווארן גאר א רייכער.
אין צווייטן ברודער'ס הויז, די משפחה זייער גרויס,
און וויפיל ער באקומט איז קוים צום לעבן.
ער איז אבער געהיט, ביי קיינעם נעמט ער ניט,
כאטש זיין ברודער וויל אים שטענדיג געבן.
די וועלט מען קען איר נישט אויסגלייכן,
איינער האט דאך ווייניג, איינער פיל.
דער ארעמער דארף נעמען ביי דעם רייכן,
און דער רייכער דארף אים געבן וואס ער וויל.
א איד דארף זיין פול מיט געפילן,
רחמנות האבן אויפן ארעמאן.
און דער באשעפער וועט עס אויך דערפילן,
און אויך אויף אונז רחמנות האבן דאן.
אויף די בערג פון יהודה די זון ארויסגעקומען,
און באלויכטן האט די גאנצע וועלט.
אידן האבן זיך צונויפגעקומען,
אראפנעמען תבואה פון דעם פעלד.
דער רייכער ברודער קען נישט ארבעטן צו גיך,
שווער צו טרעפן ווער זאל פאר אים טאן.
ביים צווייטן ברודער, ווי מען ענדיגט נאר ביי זיך,
צום רייכן קומט מען העלפן וויפיל מען קאן.
גייען זיי אזוי, א רייע נאך א רייע,
מיט די מעסערס שניידן זיי די זאנגען.
און צוזאמען אויך, אלע זינגען הויך,
צום באשעפער ערליכע געזאנגען.
פון אונטן אין א זייט, די ארעמעלייט,
קלייבן אויף דאס וואס מען האט פארגעסן.
א זאנג פאלט אויף דער ערד, צום ארעמאן געהערט,
ער זאל אויכעט האבן וואס צו עסן.
די וועלט מען קען איר נישט אויסגלייכן,
איינער האט דאך ווייניג, איינער פיל.
דער ארעמער דארף נעמען ביי דעם רייכן,
און דער רייכער דארף אים געבן וואס ער וויל.
א איד דארף זיין פול מיט געפילן,
רחמנות האבן אויפן ארעמאן.
און דער באשעפער וועט עס אויך דערפילן,
און אויך אויף אונז רחמנות האבן דאן.
די זון איז פארגאנגען, דער טאג איז שוין אנטלאפן,
דער רייכער ברודער ליגט ביי זיך אין בעט.
ער איז שטארק פארמאטערט, און ער קען נישט שלאפן,
און שטילערהייט צו זיך אליין ער רעדט.
אזויפיל תבואה היינט אראפגענומען,
און ביי מיין ברודער וועט נישט זיין אויף לאנג.
ער איז נאך העלפן היינט צו מיר געקומען,
און עס פאלט אריין אים א געדאנק.
עס איז שוין זייער שפעט, ער לויפט ארויס פון בעט,
צו זיינע פעלדער לויפט ער אן גערודער.
א סְנָאפּ נאך א סְנָאפּ, ער לייגט עס אויף זיין קאפ,
און טראגט עס אויפן חלק פון זיין ברודער.
ער גייט און ער גייט, די הארץ איז פול מיט פרייד,
ער בעט נאר ס'זאל זיין מיט הצלחה.
דער ברודער וועט עס זען, נישט וויסן וואס געשען,
און מיינען אז עס איז אריין די ברכה.
דער ארעמער ברודער, קיין אויג קען נישט צומאכן,
פון זיין רייכן ברודער אלץ ער קלערט.
אזויפיל תבואה, אזויפיל גוטע זאכן,
און דאס אלעס איז דאך גארנישט ווערד.
איינער אליין און אלץ טוט איבערבלייבן,
ער האט נישט קיין הנאה אויף דער וועלט.
וואס א יאר טוט ער אלץ מער אנקלייבן,
און פארקויפט און לייגט אוועק דאס געלט.
זיין גאנצער געדאנק, איז וואס מער געלט אין שאנק,
קיין אנדער גליק טוט ער דאך נישט פארמאגן.
עס פאלט איין אין קאפ, פון זיין פעלד א סְנָאפּ,
צו זיין ברודער'ס פעלד אוועקצוטראגן.
די נאכט איז אזוי שפעט, ער לויפט ארויס פון בעט,
ער נעמט א סְנָאפּ און הייבט עס אן צו טראגן.
ער וועט עס לייגן ווייט, ערגעץ אין א זייט,
זיין ברודער ווייסט נישט וויפיל ער טוט פארמאגן.
דער רייכער ברודער האלט אלץ אינאיין טראגן,
און ער איז צופרידן שטארק פון דעם.
פלוצלינג ווערט ער שטארק איבערגעשראקן,
ער זעט עס קומט אן ווער אנטקעגן אים.
א מענטש צי א חיה, ער ווייסט נישט וואס צו קלערן,
ער שטייט און קוקט זיך איין אזוי אויף דעם.
און ווי ער פאנגט אן נענטער צו ווערן,
דערזען האט ער זיין ברודער נעבן אים.
זיי האבן זיך באטראכט, די אויגן צוגעמאכט,
די סנאפעס שנעל געטון אנידערלייגן.
און זיי האבן גיך, ארומגענומען זיך,
און קוואלן טרערן פאלן פון די אויגן.
מלאכים אין דער הויך, וויינען מיט זיי אויך,
און פון באשעפער פאלן אויך צוויי טרערן.
און ער גיט זיין ווארט, אז טאקע אויף דעם ארט,
דער בית המקדש וועט געבויט דארט ווערן.
אין בית המקדש פלעגט מען קומען,
אויפגענומען האט מען יעדן גלייך.
קרבנות פלעגן ווערן אנגענומען,
דאס זעלבע צי מ'איז ארעם צי מ'איז רייך.
דער עיקר, ווי מען מעסט פון אויבן,
און ווייסט צו וועלכע מאס עס גייט דארט אן.
וויפיל דער מענטש טוט אין באשעפער גלויבן,
און מעשים טובים וויפיל ער האט געטאן.
