בני חיי מזוני
יונתן שווארץ
Original Track
אָבִינוּ אָב הָרַחֲמָן הער אויס די תפילה,
רִבּוֹנָא דְעָלְמָא כּוּלְא.
אֱלֹקֵינוּ וֶאֱלוֹקַי אֲבוֹתֵינוּ,
הַמְרַחֵם רַחֵם עָלֵינוּ.
אפילו מיר זענען דערצו נישט כדאי
בעטן מיר דיר קודשא בריך הוא
יעדער איד דארף אויך מתנות דריי
בָּנֵי חַיֵי מְזוֹנֵי רְוִיחְי.
באווייז דיינע וואונדער,
אידן דארפן קינדער,
ווען וועלן זיי די שטימע הערן.
ווי א קינד רופט:
טאטע אוי טאטע, טאטע אוי טאטע
מיט גוטע קינדער טו זיי באשערן.
הַמְרַחֵם, זֶרַע בֵּרַךְ ה',
בָּנִים וּבְנֵי בָּנִים עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה.
רַחֵם עָלֵינוּ, אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵנוּ,
זאלן קענען טון דעם רצון הבורא.
אָבִינוּ אָב הָרַחֲמָן, אידן דארפן געזונט,
יעדן איד איז ביי דיר אן אייגן קינד.
קוק וויאזוי יעדע טאטע פירט זיך,
ווען זיין קינד חלילה שלעכט שפירט זיך.
מיר זענען דיינע קינדער און דו ביסט אונזער טאטע,
קַל מֶלֶךְ רוֹפֵא נֶאֱמָן אַתָּה.
דו ביסט דער כל יכול וואס אלעס קען,
וואו זעט מען רַחֵם אָב עַל הַבֵּן.
ווען ס'איז נישטא קיין ישועה,
דער חכמת רפואה,
ווערט א איד נאכאלץ נישט פארלוירן.
ער קען נאך שרייען:
טאטע אוי טאטע, טאטע אוי טאטע,
פאר אן אייגן קינד פארשפארט מען נישט די טויערן.
הַמְרַחֵם, רְפָאֵנוּ ה',
נעם אונז ארויס מַאֲפֵילָה לְאוֹרָה,
רַחֵם עָלֵינוּ, יֹאמַר דַי לְצָרוֹתֵינוּ.
מיר זאלן קענען טון דעם רצון הבורא.
אָבִינוּ אָב הָרַחֲמָן, ווי קענסטו פארגעסן,
אזויפיל אידן האבן קוים צו עסן.
זיי ווילן בענטשן צו דיר הַזָן אֶת הַכֹּל,
אבער הַמִבְּלִי לֶחֶם לֶאֱכוֹל.
ס'קומט א יום טוב, חגים וזמנים לששון,
אדער א שמחת כלה וחתן,
אן ארעמאן, דעמאלטס א בעל חוב ער ווערט,
און זיין שמחה ווערט אינגאנצן צושטערט.
שַׁוְעַת עֲנִיִים, אִיז בּוֹקֵעַ רְקִיעִים,
ווען א איד הערט זיינע קינדער שרייען,
אוי אוי אוי, טאטע אוי טאטע, טאטע אוי טאטע.
ער האט זיי נישט מיט וואס צו דערפרייען.
הַמְרַחֵם, יעדער ביי זיך אינדערהיים,
זאל האבן אלעס גוטס דַי מַחְסוֹרוֹ.
רַחֵם עָלֵינוּ, זַרְעֵנוּ וְכַסְפֵּנוּ,
מ'זאל קענען טון דעם רצון הבורא.
