מיין הארץ
מאטי אילאוויטש
Original Track
Cover Tracks
לחן: ישי ריבו (הלב שלי) | מילים: מאטי אילאוויטש | סינגל (תש"פ)
מיין הארץ איז האלב, צעטיילט אין צווייען,
עס שרייט ארויס דעם שפכי כמים.
ווי די ברעג פון א ים וואס ווארפט,
ווי די קול פונעם פויק וואס שארפט.
ס’זוכט און ס’דארף.
מיין הארץ הייבט אויף די שְׁתֵּי יָדַיִם,
מיינע פיס קוים קוים וואס זיי שטייען.
א צעבראכענע כלי איך,
דעם הימלישן טיר איך זוך.
איך פרעג, איך שריי, איך ווארט,
איך קריך און קריך.
ורק, נאר דו, דו קענסט איבערקערן מִסְפְּדִי לְמָחוֹל,
בין קודש לחול, לעכטיג און וואויל.
ורק, נאר דו, דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי,
אויסהיילן מיין פלאג און מי,
טאטע, נאר דו.
מיין הארץ איז האלב, צעטיילט אין צווייען,
האלב פאר מיר און האלב לשם שמים.
ווי די ברעג פון א ים וואס ווארפט,
ווי די קול פונעם פויק וואס שארפט.
ס’זוכט און ס’דארף.
ורק, נאר דו, דו קענסט איבערקערן מִסְפְּדִי לְמָחוֹל,
בין קודש לחול, לעכטיג און וואויל.
ורק, נאר דו, דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי,
אויסהיילן מיין פלאג און מי,
טאטע, נאר דו.
איך שפיר ווי איך האלט שוין ביים
שוועל, ווי איך אט פאל צאם,
איך בענק, און שווענק,
דערטרענק, זיך טיף אין ים.
ורק, נאר דו, דו קענסט איבערקערן מִסְפְּדִי לְמָחוֹל,
בין קודש לחול, ווייל דו ביסט דער אדון הכל.
ורק, נאר דו, דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי,
אויסהיילן מיין פלאג און מי,
טאטע, נאר דו.
ורק, נאר דו, דו קענסט איבערקערן מיין קלאג צו פרייד,
ווי אלע פראבלעמען צעגייט, לעכטיגערהייט.
ורק, נאר דו, דו ווייסט ווי אנצוקומען ללב שלי,
אויסהיילן מיין פלאג און מי,
טאטע, נאר דו.
