זרעא חיא וקימא
Original Track
Cover Tracks
פונעם הימל אויבן דארט, א ישועה פון אלעם סארט,
לחן ולחסד ולרחמים, און אריכת ימים,
פרנסה בריוח געזונטערהייט, א הימל, שטיצע פון לעכטיגקייט.
בעטן מיר אצינד פון דיר, הייליגער בורא עולמים.
זַרְעָא חַיָא וְקַיָימָא, זַרְעָא דִי לָא יִפְסוֹק
וְדִי לֹא יִבְטוֹל מִפִּתְגָמֵי אוֹרַיְיתָא.
קינדער צום לעבן און צום געזונט,
בעטן מיר פון דיר אצינד.
קינדער גוטע, קינדער פרומע,
וואס זאלן האבן פון דיר מורא,
קינדער וואס זאלן נישט ליידיג גיין,
קינדער וואס זאלן נישט אפשטיין,
פון צו לעבן, און פון צו שטרעבן,
אין דיין הייליגע תורה.
זַרְעָא חַיָא וְקַיָימָא, זַרְעָא דִי לָא יִפְסוֹק
וְדִי לֹא יִבְטוֹל מִפִּתְגָמֵי אוֹרַיְיתָא.
צו אלע גוטע פרומע לייט,
פונדערנאנט און פונדערווייט,
רבי'ס, רבנים, און חזנים,
און דער גאנצער כלל ישראל.
פון ארץ ישראל, פון בבל לאנד,
מיטן ריש גלותא מִיטְאַנַאנְד.
זייערע תלמידים, און חסידים,
וואס לערנען תורה אלעמאל.
זַרְעָא חַיָא וְקַיָימָא, זַרְעָא דִי לָא יִפְסוֹק
וְדִי לֹא יִבְטוֹל מִפִּתְגָמֵי אוֹרַיְיתָא.
דער גרויסער קעניג פון דער וועלט,
זאל יעדן בענטשן אין זיין געצעלט.
די יארן מערן, אלעס גוטס באשערן,
עס זאל זיי תמיד אלע גוט גיין.
באהיט ווערן פון אלעם בייז,
סיי דער יונגער און סיי דער גרייז,
זייערע ווייבער און קינדער, יעדער באזונדער,
אלע צוזאמען גרויס און קליין.
זַרְעָא חַיָא וְקַיָימָא, זַרְעָא דִי לָא יִפְסוֹק
וְדִי לֹא יִבְטוֹל מִפִּתְגָמֵי אוֹרַיְיתָא.
נאך א תפילה א קליינע, מי שברך אבותינו,
ער וועט בענטשן, די אלע מענטשן,
וואס זענען פאר יענעם אלעמאל גרייט.
די וואס טוען די שולן מנדב זיין,
און די וואס קומען דאווענען דארט אריין.
און די וואס געבן צו עסן די ארעמעלייט,
און אלע עוסקי בצרכי הציבור מיט אמת'קייט.
הקדוש ברוך הוא ישלם, שכר פאר אלעם,
און אלע חתנים וכלות, זאלן האבן פון כל טוב אלעס,
דורות ישרים און אלעס פיין,
און זאג'זשע אלע, ונאמר אמן.
