לאמיר מאכן א בייט

Original Track

לאמיר מאכן א בייט5:53

Cover Tracks

S0188 - לאמיר מאכן א בייט (2)5:53

רבונו של עולם, איך וויל מיט דיר מאכן א בייט,
א בייט וויל איך מיט דיר מאכן.

איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים,
אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו פרעגן,
וואס וועסטו מיר געבן דערפאר,
זאג איך דיר.
דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך,
ניין, זאג איך דיר.
דו וועסט מיר נאך צוגעבן בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו פרעגן, וואס בני הייסט,
זאג איך דיר.
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו פרעגן, וואס חיי הייסט,
זאג איך דיר.
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע.

טאמער וועסטו פרעגן, וואס מזוני הייסט,
זאג איך דיר.
ואכלת ושבעת וברכת את השם אלוקיך, אוי וויי טאטע.

די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט,
ניין, זאג איך דיר.
די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט,
ניין, זאג איך דיר.

די מינים די אפיקורסים שרייען
אז ס'איז חלילה נישטא קיין גאט,
יא, זאג איך דיר.

אבער איך, לוי יצחק בן שרה סאשע, זאג,
יתגדל ויתקדש שמה רבא!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection