רבונו של עולם
משה גאלדמאן
Original Track
לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: הרה"ק בעל העבודת פנים זצ"ל | זכור מי האיש (תשס"ב)
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער,
העלף אלע אידן און אויך מיר.
איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר,
איך האף נישט צו קיינעם, נאר צו דיר.
מיין הילף איז נישט פון קיינעם, נאר פון דיר,
אן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר.
אן דיין כח קען מען זיך נישט געבן,
קען מען זיך נישט געבן א ריר.
איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם, נאר אויף דיר,
דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אן א שיעור.
רבונו של עולם, מען דארף אנקומען צו דיר,
יעדע רגע און יעדע מינוט,
אויף יעדן טריט און יעדן שריט,
סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט.
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער,
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער.
אוי העלף מיר, העלף מיר,
איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן,
און מיין הארץ, מיין הארץ, זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין כראוי וכהוגן.
