רצה השם
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה (תשנ"ו)
רְצֵה הַשֵׁם אֱלוֹקֵינוּ, וְתֵעָרֵב לְפָנֶיךָ עֲתִירָתֵינוּ,
באשעפער, הער אויס די ביטערע געשריי,
וואס אידן שרייען אוי וויי, וְלִתְפִילָתָם שְׁעֵה.
אזוי ווי אין בית המקדש פארן חורבן,
האסטו אנגענומען אן עולה און א קרבן,
אזוי זאל אויך אונזערע תפילות,
ארויפגיין אין דער הייך,
פונקט ווי א קרבן אויפן מזבח.
באשעפער, רִבּוֹנָא דְעָלְמָא כּוּלְא,
אֵיזֶהוּ עֲבוֹדָה שֶׁבְּלֵב, זוֹ תְּפִילָה.
איז וְהָשֵׁב אֶת הָעֲבוֹדָה,
אונזערע תפילות טו צו דיר קערן,
אונזערע תפילות טו שוין צוהערן.
וְאִשֵׁי יִשְׂרָאֵל, און די תפילות נעם אן במהרה,
און זיי שוין מבטל, זיי מבטל יעדע שלעכטע גזירה.
וּתְהִי לְרָצוֹן, און די תפילות זאלן ווערן מרוצה,
ס'זאל נישט מבדיל זיין קיין שום מחיצה.
ואישי ישראל, און די תפילות נעם אן בשמים,
וואס אידישע קינדער זענען שׁוֹפְכִים לֵב כַּמַיִם.
וּתְהִי לְרָצוֹן, כְּקָרְבָּן עַל מִזְבַּחֲךָ,
עֲבוֹדַת יִשְׂרָאֵל עַמֶךָ.
אוי, עַל אֵלֶה אֲנִי בּוֹכִיָה,
אויפן שטאט וואס איז מוּשְׁפֶּלֶת עַד שְׁאוֹל תַּחְתִיָה,
אבער בקרוב וועט משיח זיין מודיע,
עס קומט שוין אן די גאנצע ישועה.
אליהו הנביא וועט בקרוב זיין משמיע,
בשופר גדול, א גרויסע תקיעה.
אוי אידן, וועקט זיך אונטער, אן קיין שום מניעה,
צו ווערן פריי האט עטס שוין די זכיה.
דער באשעפער וועט בּוֹקֵעַ זיין חַלוֹנֵי רָקִיעַ,
פאר די אידן השפעות זיין משפיע.
אלע קראנקע באקומען א רפואה,
אלע מתים שטייען אויף לתחיה.
שלוש פעמים בשנה וועט מען פארן א נסיעה,
קיין ירושלים ארויפגיין בְּעֲלִיָה.
צו זען דעם זיו השכינה פון דעם אוֹר זָרוּעַ,
אלע אידן ברענגען א עוֹלַת רְאִיָה.
מעורו של לויתן וועט מען מאכן א יריעה,
פון דעם יין המשומר וועט מען טרינקען א שְׁתִּיָה.
אברהם, יצחק, יעקב, זיצן אויבנאן כידוע,
בִּגְלַל אָבוֹת בָּנִים תּוֹשִׁיעַ.
אוֹי, מִמְקוֹמְךָ מַלְכֵּנוּ תוֹפִיעַ,
זיי שוין מקיים דיין שְׁבוּעָה.
וְיִגְאָלֶנוּ שֵׁנִית, דעם גלות זיי מַבְלִיעַ,
כְּמַעֲשֵׂהוּ בָּרִאשׁוֹנָה כָּךְ מַעֲשֵׂהוּ בַּשְׁנִיָה.
ווי גוט ס'וועט דעמאלטס זיין, בַּיוֹם הַהוּא יִהְיֶה,
מיט אלע רשעים וועט מען רייסן קְרִיעָה.
בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה,
אונטער דיין האנט זיי זיין מַכְנִיעַ.
כֹּהֲנִים לַעֲבוֹדָתָם, יעדן טאג בִּיגִיעָה,
מוּסָפִים איז מען מקריב כָּל שָׁבוּעַ וְשָׁבוּעַ,
לְוִיִים מארשן מיט פידלען, פּוֹתְחִין בּוֹ בְּזִיעַ,
זיי זינגען און שפילן בְּצִלְצְלֵי תְרוּעָה.
און נאך איין זאך, מִילְתָא דַעְבִידָא לִגְלוּיֵי,
די זון וועט שיינען ווי ביי יְמֵי הַבְּרִיאָה.
אִישׁ תַחַת גַפְנוֹ, יעדער האט א גֶפֶן פּוֹרִיָה,
דַי מַחְסוֹרוֹ לְכָל גְוִיָה וּגְוִיָה.
הָרֵם קֶרֶן עַמְךָ, תָרוּם וְתַגְבִּיהַ,
לאמיר זינגען מזמור, מִזְמוֹר לְתוֹדָה נְרִיעָה.
משיח איז שוין דא, אין א גוטע שעה,
לַשָׁנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׁלַיִם הַבְּנוּיָה.
משיח איז דא, אין א גוטע שעה.
